ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

לעצטע פֿאַרשרײַבונגען

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ


אַ נײַגעשריבן טרינק-ליד װעגן אַ טײַװל און אַ מויז אין אַ הויז אין עק װעלט.

פֿון: נ. אַלניאַנסקי
לײענט װײַטער »

אין אַ פֿוטוריסטישן װילדן מערבֿ


װעסט-װאָרלד, אַ נײַע טעלעװיזיע-סעריע װוּ דער ייִדישער אַקטריסע עװאַן רײצל װוּד שפּילט די הויפּט-ראָלע, איז אַרויס אויף אײדזש-בי-אָ. דאָס בלעטעלע האָט געקוקט אויף די צװײ ערשטע עפּיסאָדן.

לײענט װײַטער »

כ'האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש



מיט 24 יאָר צוריק איז דערשינען דאָס קאָמפּאַקטל ”פֿער אָף די דאַרק” פֿון דער בריטעשער קאַפּעליע, אײַראָן מײדן. דאַס קאָמפּאַקטל איז מײדנס הצלחהדיקסטע ביז הײַנט, מיט בערך 500.000 פֿאַרקויפֿטע עקזעמפּלאַרן אין אַמערי’קע אַלײן. דאָ איז אַן איבערזעצונג פֿונעם הויפּט-ליד:
לײענט װײַטער »

האָניק-לעקעך פֿאַר ראש-השנה


אויף ראש-השנה דאַרף מען עסן האָניק-לעקעך. דאָ איז מײַן באַליבטער רעצעפּט װאָס איך באַק יעדער יאָר.

לײענט װײַטער »

אינדעפּענדענס דײ: ריסערדזשענס


מיט 20 יאָר צוריק איז דער קלאַסישער פֿילם אינדעפּענדענס דײ אַרויסגעלאָזט געװאָרן. דאָס  בלעטעלע האָט געגוקט אויפֿן המשך און מיר זײַנען לײדער ניט צופֿרידן מיט אים.

ראָנאַלד עמעריש, איז אײן פֿון די הצלחהדיקסטע רעזשיסאָרן אין האָליװאָד. אין די 90ער יאָרן האָט ער רעזשיסירט למשל יוניװערסעל סאָלדיער (1992), סטאַר גײט (1994) און אינדעפּענדענס דײ (1996). דער לעצטער פֿןן זײ איז געװען דער ערשטער פֿילם װאָס האָט פֿאָרדינט איבער $100 מיליאָן נאָך דער ערשטער װאָך אין קינאָ. זינט דעמאָלט האָבן די פֿילמען פֿון עמערישן אָבער ניט געהאַט די קריטיקערס געפֿעלט. כאָטש דעם װאָס עטלעכע פֿון זײ האָבן טאַקע פֿאַרדינט אַ סך געלט בלײַבט אינדעפּענדענס דײ דעם פּאָפּולערסטן פֿילם פֿון עמערישן. איז עס אפֿשר ניט קײן גרויסער חידוש אַז דער דײַטשער רעזשיסאָר האָט סוף-כּל-סוף אַ צװײטן טײל פֿונעם פֿילם געשאַפֿן. אינדעפּענדענס דײ: ריסערדזשענס איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן אין יוני הײַיאָר, 20 יאָר נאָך דעם ערשטן פֿילם, און אַלדי הויפּט-אַקטיאָרן פֿונעם אָריגינאַל - אַחוץ װיל סמיטה - באַטײליקן זיך אינעם נײַעם פֿילם. דאַס הײסט אַקטיאָרן װי למשל דזשעף גאָלדבלום און ביל פּולמאַן.

ליאַם העמסװאָרטה און דזשעף גאָלדבלום

דער צװײטער טײל אינעפּענדענס דײ איז לײדער ניט קײן גוטער פֿילם. פּונקט פֿאַרקערט, ער איז גאַנץ שלעכט און נודנע. עס האַנדלט זיך מיט די זעלבע ענינים װי זײַן פֿאַרויסגײער און די מעשֹה איז אין גרונט די זעלבע װי אין 1996, אַ פּאָר פּרטים ארויף אַ פּאָר פּרטים אַראָפּ. דערפֿאַר, איז אינדעפּענדענס דײ 2 אָבער אַ מין נאָסטאַלגישע נסיעה און עס איז כאַטש אַלץ גוט צו זען דזשעף גאָלדבלום װי דוד לװינסאָן נאָך אַ מאָל. אָבער ניט געקוקט אויף דער דאָזיקער נאָסטאַלגיע איז דער פֿילם פּשוט ניט גוט גענוג. דער מאַנוסקריפּט איז ניט גוט גענוג, די דיאַלאָגיע איז ניט גוט גענוע און די ספּעציעלע עפֿעקטן איז טאַקע ניט גוט גענוג. אַ גרויסע אַנטוישונג.

לײענט װײַטער »

די 80ער יאָררן קומען צוריק


די נײַע נעטפֿליקס-סעריע "סטרײנדזער טהינגס" שטעלט זיך פֿאָר אין די 80ער יאָרן. דאָס בלעטעלע האָט געקוקט אויפֿן ערשטן סעזאָן!
לײענט װײַטער »

אָפּגעריסנע שיך


קאָרנעליס װרײסװיִיק (1937-1987) איז אײן פֿון די באַקאַנטסטע און באַליבסטע שװעדישע מוזיקאַנטן. דאָ איז אײן פֿון װרײסװיִיקנס פּאָפּולערסטע לידער אויף ייִדיש, איבערגעזעצט פֿון נ. אָלניאַנסקי.
לײענט װײַטער »

אַ קלײנער פּאָרטרעט: שלום-עליכם



דער װעלט-באַרימטער ידישער שרײַבער שלום-עליכם (פּען-נאָמען פֿון שלום ראַבינאָװיטש) איז געבוירן געװאָרן אין פּערײאַסלאַװ, אוקראַיִנע 1859. אין 1906 האָט ער אָבער עמיגרירט קײן אַמעריקע צוליד די פּראָגראָמען אין דער רוסישער אימפּעריע.

שלום-עליכם איז אַ קלאַסיקער װען עס קומט צו ליטעראַטור אויף ייִדיש און ער האָט למשל געשריבן טביה דער מילכיקער, מנחם מענדל, מאָטל פייסע דעם חזנס. אַחוץ ביכער האָט ער אויך געשריבן פּיעסעס און אינספּירירט אַנדערע װערק, למשל דעם מוזיקאַל "פֿידלער אויפֿן דאַך."
לײענט װײַטער »

דער כּישוף פֿון קבלה


זעט דעם כּישוף פֿון קבלה
אַ בעל-חי באַשאַפֿן פֿון לײם
אין דער ליכט פֿון דער לבֿנה
אַ װילדער גולם גײט
באַקעמפֿן די שֹונאים-ישֹראל

לײענט װײַטער »

מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל טײל 4



פֿריִער אין מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל: אין אַן אַלטן װאַלד, אויפֿן בסודיקן אינדזל װאָס קײנער װײסט איז דאָ, ליגט דאָס מלכות פֿון די װעכטער-פֿעעס. דער לא-יוצלח, זענגע ביבערעק, איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם שטאָט נעפּלװיל, נאָכן טויט פֿון גענעראַל גרעמיע סם. די קראַנקנשװעסטער, בעלאַ, איז געבליבן אין דער שפּיטאָל װוּ סם איז געטײט געװאָרן מיט אינסטרוקציעס צו באַשולדיקן זענגן אין דערהרגענען אים, כאָטש בעלאַ אַלײן איז שולדיק.  

לײענט װײַטער »

די שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג


"די שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג" איז אַן אַמעריקאַנער פֿאַלקסליד. מע װײסט ניט װער האָט דאָס ליד געשריבן אָבער עס איז באַקימט געװאָרן װען "די ענימעלס" האָט עס רעקאָקדיקט. דאָ איז אַן איבערזעצונג אויף ייִדיש:

לײענט װײַטער »