ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

חרד שטעכט 6 מענטשן אין ירושלים פרייד-פאראד


צום ווייניקסטן 6 מענטשן באטייליקן זיך אין דעם ירושלים פרייד-פאראד זיינען געשטאכן געווארן. א נבלהדיקער חרד איז ארעסטירט געווארן.

ישראל. דער יערלעכער ירושלים פרייד-פאראד איז האיאר טראגיש איבערגעריסן געווארן פון א מעסער-אטאק פונעם חרד ישי שליסל. צום ווייניקסטן 6 מענטשן זיינען געשטאכן געווארן און איין פון זיי איז שווער פארווונדיקט געווארן.

ישי שליסל איז אויך ארעסטירט געווארן נאך שטעכן 3 מענטשן אין דעם פרייד-פאראד 2005. מע האט אים נאר וואס ארויסגעלאזט פון תפיסה.