ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

פילם אדער ווידעא-שפיל?



זינט רענדירטע גראפיק האט געזען די ליכטיקע שיין איז דער גרענעץ צווישן שפיל און פילם טריט בײ טריט אויסגעמעקט געווארן. אבער, דער א פענאמען רופט א שפאלט צווישן גיימערס ארויס.

פון אנהייב אן האבן ווידעא-שפיל-פאבריקאנטן געניצט פילמישע עלעמענטן אין זייערע שפילן. קיינער קען לייקענען די דאזיקע פארבינדונג ווען עס קומט צו למשל דראמאטורגיע, דערציילונג, קאנפליקט און אזוי ווײַטער. אבער ווען די רענדירטע גראפיק איז אנגעקומען מיט פלייסטיישן 1 און סעגא סאטערן האט מען דעם גרענעץ אויסגעמעקט אלץ מער. איך געדענק שפילן למשל רעסידענט איוויל פארן ערשטן מאל מיטן געפיל אז איך שפילנדיק האב טאקע געשאפן אן אייגענעם פילם. פון זינט האבן קואנטיק דרימס-שפילן ווי פארענהייט, העווי ריין און בייאנד טו סאולס געטראגן דעם א פענאמען צו א נייער ניווא. ווייל די דאזיקע שפילן זיינען מער-ווייניקיר פילמען מיט שפיל-עלעמענטן.

די אנטוויקלונג געפעלט מיר א סך מחמת דעם ספעציעלן תענוג פון די ״פילם-שפילן״, אבער א סך גיימערס זיינען ניט מסכים מיט מיר. אבער גיכער טיילן זיך גיימערס אויף צוויי מחנות. די קעגענערס מיינען אז די פילם-שפילן צעדרייען די טבע פון ווידעא-שפילן און אז זיי רופן נאך א גרינגן אופן צו פארדינען געלט ארויס פאר די פאבריקאנטן. אפשר איז דאס אמת, אבער איך וועט אויף תמיד ליבערשט האבן א גוטע פארוויילונג צו דער טבע פון ווידעא-שפילן, אדער וואס עס וועט ניט זיין. אזוי, וויל איך רעקאמענדירן יעדער איינער צו געבן די קואנטיק דרימס-שפילן א שאנס.