ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

ציפראס מאדנע טאקטיק



ס’איז שווער צו פארשטיין די איצטיקע טאקטיק פון דער גריכישער רעגירונג. קודם-כל האבן זיי ווילד אפגעווארפן דעם עקאנאמישן פלאן פון די איירא-לענדער, דאן האבן זיי געהאט א שטימונד וועגן דעם דאזיקן פלאן מוטיקן די וויילערס אים אויך צו אפווארפן. נאך א שטארקן נצחון אין דער שטימונג האבן זיי לסוף אליין פארגעשטעלט א כמעט אידענטישן פלאן ווי די איירא-לענדער כדי צו ראטעווען די גריכישע עקאנאמיע. פארפלאנטערטע עקספערטן איבער דער וועלט זיינען מסכים: עס איז טאקע א מאדנע טאקטיק.

היינט וועלן ציפראס מיט צאקאלאטאסן זיך טרעפן מיט די  פינאנץ-מיניסטערס פון דער איירא-זאנע. זיי וועלן דאס טאן מיט א גריכיש פאלק אין כעס און מיט שטארק סקעפטישע איירא-מיניסטערס. עטלעכע פון די מיניסטערס האבן שוין דערקלערט אז זיי האבן ניט קיין צוטרוי מער צו דער גריכישער רעגירונג. צי איז עס מיגלעך אז א רעגירונג איצט וועלן דורכפירן שווערע עקאנאמישע רעפארמען פון וועלכע זיי האבן אפגעלאכט מיט א פאר טעג צוריק? אפשר ניט, און אפשר איז דער גאנצער באלאגאן נאר א געפרעפל פון ציפראסן כדי צו באקומען נייע הלוואות. די טאקטיק איז סיי ווי סיי א מאדנע, ווייל נייע הלוואות היינט וועלן ניט ראטעווען די גריכישע עקאנאמיע מארגן און זיי וועלן טאקע ניט לייגן לאטעס אויף ציפראס צעבראכענעם שם.