ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹה: דער פשוטער מאן



דוד פֿינקלשטײן איז געװען אַ פּשוטער מאַן מיט זײער אַ פּשוטן אויסזען. ער האָט געװוינט אין אַ פּשוט הויז אין אַ פּשוט דאָרף מיט אַ פּשוטער װײַב און צװײ פּשוטע קינדערלעך . ער האָט געהאַט אַ פּשוטע לאָנקע מיט פּשוטע גרעזלעך און פּשוטע בלימלעך. ער האָט געאַרבעט אויף אַ פּשוט אַרבעטסאָרט און געטראָגן פּשוטע קלײדער אין פּשוטע קאָלירן. ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט פּשוטע צײַטפֿאַרברענגען און זיך געחבֿרט מיט פּשוטע חבֿרים. אַפֿילו דודס הינטל איז געװען אַ פּשוטס. יאָ, דוד פֿינקלשטײן איז טאַקע געװען אַ פּשוטער מאַן.

אײן מאָל װען דוד איז געװען בײַ דער פּשוטער אַרבעט, טראָגנדיק די פּשוטע קלײדער, האָט געקלינגט די פּשוטע צעלקע מיט אירע פּשוטן סיגנאַל.

- רינג... רינג. האָט די צעלקע געמאַכט.
- פֿינקלשטײן! האָט דוד געענטפֿערט מיט זײַן פּשוטן קול גלײך אין דער פּשוטער צעלקעס פּשוטן מיקראָפֿאָן. אָבער דאָס קול פֿונעם אַנדערן זײַט איז ניט געװען קײן פּשוטס. נאָר דוד האָט געהערט אַ מײדל, װאָס איז חלילה ניט געװען דודס װײַב, ניט קײן חבֿרטע, רעדנדיק אויף זײער אַ שדישן אופֿן.
- דוד פֿינקלשטײן, טרעפֿט זיך מיט מיר אין דעם גאַראַזש אין 5 מינוט. *קליק*

דוד האָט שטאַרק מורא געהאַט, אָבער ער האָט זיך אָנגענומען מיט האַרץ און האָט שפּאַצירט גלײַך אין גאַראַזש אַרײַן. אַ חידוש, װען דוד האָט אַרײַנגעטרעט אינעם גאַראַזש האָט ער ניט געזען קײן מײדל. דער גאַראַזש איז געװען אין גאַנצן לײדיק אַחוץ אַ פּאָר אויטאָס.

- װער איז?.. האָט דוד פֿאַרזיכטיק געפֿרעגט. איז עמעצער דאָ?

ניט קײן ענטפֿער. 

דוד האָט אָנגעהויבן מײנען אַז דעם גאַנצן ספּעקטאַקל איז געװען אַ מין שפּיצל, עפּעס װאָס אַ נאַרישע קאָלעגע האָט אַראַנזשירט כּדי צו מאַכן פֿון דודן שפּאַס. אָבער פּונקט װען ער האָט געהאַלטן בײַם צוריקגײן האָט ער געזען אַ פּאָר געלע אויגן אינעם פֿינצערניש און אײדער װאָס װען האָט אַ מאָדנע חיה, אַ געמיש צװישן אַ מענטש און אַ װאָלף, זיך געװיזן. מיט אַ מאָל איז דוד אָנגעפֿאַלן געװאָרן און דער חיה האָט אַ בײַס געטאָן דודס האַלדז.

עס האָט געשװינדלט דודן אַ ביסל אָבער ער איז ניט געװען טויט. װען ער האָט אַרופֿגעקוקט האָט ער ניט מער געזען קײן חיה, אָבער אַ שײן מײדל.

- דוד, טײַערער. האָט דאָס מײדל רויִק געזאָגט. מאָרגן, װען די לבֿנה שײַנט אין גאַנץ װעסטו װערן אַ װאָלקעלאַק. דאַן װעל איך קומען פֿאַר דיר און צוזאַמען װעלן מיר גײען צו אונדזער נעסט, דײַן נײַע הײם. האָט ניט קײן מורא דוד, אַלץ װעט זײַן גוט.

און מיט די דאָזיקע װערטער איז דאָס מײדל נעלם געװאָרן. "האָט ניט קײן מורא..." האָט דוד געטראַכט. "האָט ניט קײן מורא?!". ער האָט געפּרוּװט צו װערן רויִק אָבער די הויט האָט געציטערט אויף אים, װײַל דוד, נעבעך, האָט ניט אָנגעהויבן צו װיסן װי אַזוי צו זײַן אַ פּשוטער װאָלקעלאַק.