ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

פינלאנד: ווארפט גריכלאנד ארויס




פינלאנד האט געגעבן צו וויסן אז מע וויל ארויסווארפן גריכלאנד פון דער איירא-וואלוטע.   

אייראפע. דער גורל פון גריכלאנד ווערט איצט באשטימט אין בריסל. אבער א סך לענדער זיינען סקעפטיש וועגן גריכלאנדס כוונה צו צוריקצאלן עווענטועלע הלוואות. איין פון די דאזיקע לענדער, פינלאנד, האט איצט געגעבן צו וויסן אז מע וויל ניט געבן קיין הלוואות צו גריכלאנד. דער פארטיי סאנפינלענדארנא (די אמתדיקע פינלענדער) זאגט דערצו אז מע וועט אוועקגיין פון דער רעגירונג אויב דער איי״פ גיט נייעם עקאנאמישן שטיץ צו די גריכן. אנשטאט נייעם שטיץ מיינט פינלאנד אז מע זאל פשוט ארויסווארפן גריכלאנד פון דער איירא-וואלוטע. פריער האט אויך דייטשלאנד געזאגט די זעלביקע זאך. דאס הייסט אז ״גרעקסיט״ קען באלד ווערן א רעאליטעט.