ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אמעריקע לאזט פאלארד ארויס



דער אמעריקאנער-יידישער שפיאן יונתן פאלארד וועט צום סוף ווערן ארויסגעלאזט נאך 28 יאר אין אמעריקאנישער תפיסה

אמעריקע. לויט אן אמעריקאנישער רעגירונג-וועבזייט וועט יונתן פאלארד ווערן א פרייען מאן אין נאוועמבער האיאר, נאך 28 יאר אין דער באטנער מידיום תפיסה אין צפון קאראליינע. 

מע האט פאלארד געפונען שולדיק אין שפיאנאזש 1987 נאך דעם אז ער האט אנערקענט אז ער האט פארקויפט קלאציפיצירטע אינפארמאציע צו ישראל. זינט דעם געפענקעניש פון פאלארדן האט ישראל געבעטן מחילה ביי אמעריקע און געארבעט צוזאמען מיט א סך פארשיידענע גרופעס פאר פאלארדס ארויסלאז, אבער ביז אהער אן הצלחה.