אן אמעריקאנישער מאן מיט א פארבינדונג צו דאעש איז היינט באשולדיקט געווארן אין טעראר-פלענער.
דער אמעריקאנישער יוסטיץ-דעפארטעמענט האט געגעבן צו וויסן אז מע האט ארעסטירט אלעקסאנדער טשיקאלא, 23, פון מאסאטשוסעטס באשולדיקט אין טעראר-פלענער. לויטן דעפארטעמענט איז עס דא א פארבינדונג צווישן דעם ארעסטירטן מאן און דער טעראר-סעקטע דאעש.