ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

די ניאוף-זײַט עשלי מעדיסאן איז געהאקט געווארן



די ניאוף-זייט ״עשלי מעדיסאן״ איז נעכטן געהאקט געווארן. די העקערס האבן געסטראשעט צו אויסזאגן פערזענלעכע באניצער-אינפארמאציע.

די זיכערקייט-סיסטעם פון וועבזייט ״עשלי מעדיסאן״ איז נעכטן דורכגעבראכן געווארן פון דער העקער-גרופע ״די אימפעקט טים״. עשלי מעדיסאן איז א וועבזייט פאר מענטשן וועלכע ווילן ניאוף זיין, און די העקערס האבן געסטראשעט צו פובליקירן פערזענלעכע אינפארמאציע וועגן די 37 מיליאן באניצערס, סיידן דער באזיצער ״וויוויד לייף מידיא״ פארמאכט די זייט. די אינפארמאציע וואס וועגן איר רעדט זיך איז למשל אדרעסן, סעקסועלע פאנטאזיעס און נאקעט-בילדער.