ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

איבערבלייבס פון דער גרויסער ווילנער שול איז אנטדעקט געווארן



א פארשונג-גרופע פון ישראל און אמעריקע האט אנטדעקט איבערבלייבס פון דער גרויסער ווילנער שול ניצנדיק ראדאר-טעכנאלאגיע.


ווילנע. די גרויסע ווילנע שול איז געבויט געווארן אין דעם 17טן יארהונדערט און זי איז געווען א וויכטיקער טייל פון ווילנער יידישקייט. אבער, די שול איז באשעדיקט געווארן פון די נאציס אין דער צווייטער וועלט-מלחמה און שפעטער איז זי דעמאלירט געווארן פון די סאוועטן 1955.

כאטש דעם אז מע האט געבויט א נייע שולע איבער דער דעמאלירטער שול האט א פארשונג-גרופע פון ישראל און אמעריקע, ניצנדיק ראדאר-טעכנאלאגיע, געפונען באטייטיקע איבערבלייבס פון דער ווילנער שול באגראבן אין דער ערד.  

אן אויסגראבונג וועט פירקומען אין 2016.