ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

50 קילא דינאמיט געפונען אויף שוועדישער נאצי-פארם



 די שוועדישע פאליציי האט היינט געפונען 50 קילא דינאמיט אויף א פארם פון א באקאנטן נאצי.

שוועדן. אויף א פארם אינעם דארף פאלקענבערג, שוועדן, האט די פאליציי היינט געפונען 50 קילא דינאמיט. דער באזיצער פון דער פארם איז א באקאנטער שוועדישער נאצי און ווען די פאליציי האט דאס הויז דורכגעזוכט האט מען למשל געפונען א היטליר-אלטאר.

צוויי פארשוינען זיינען ארעסטירט געווארן נאכן געפינס. דער 30 יאריקער נאצי און א מיטהעלפער. דער מיטהעלפער איז א מיטגליד פון דער ראסיסטישער פארטיי ״די שוועדן-דעמאקראטן״ וועלכע זיצט אינעם שוועדישן פארלאמענט. 

די צוויי פארשוינען זיינען חשד אין פלאנירן א טעראר-פארברעך אבער אויף דער רגע נאר באשולדיקן אין פארמאגן דעם דינאמיט.