ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

ראלער דערבי - אן ארענע פאר די פרויען



ס'איז ניט פֿאַראַן קײן סך קאָנטאַקט-ספּאָרטן אין װעלכע ס'רובֿ ספּאָרטלערס זײַנען פֿרויען. אָבער אַן אַמעריקאַנישער רעדלשיך-באַלאַגאַן פֿאַר די אויף אמת האַרטנעקיקע , "ראָלער דערבי", גײט קעגן שטראָם. װײַל ער איז יאָ אַזאַ ספּאָרט. 


- ראָלער דערבי איז אַ ספּאָרט װאָס מע שפּילט אויף אַן אָװאַלן יאָגװעג טראָגנדיק רעדלשיך, דערקלערט דער ראָלער דערבי-שופֿט יונאַס העלבערג, אָדער "רעװ קיל-דזשוי" װאָס איז זײַן ראָלער דערבי- אַליאַס, װען איך בעט אים צו באַשרײַבן דעם ספּאָרט. עס זײַנען דאָ פֿינף שפּילערקעס אויף יעדער מאַנשאַפֿט אין יעדער רונדע, אָדער "דזשעם" װאָס מע רופֿט זײ אין ראָלער דערבי. אײן פֿון די פֿינף שפּילערקעס איז אַ "דזשעמער" און נאָר זי קען מאַכן אַ פּונקט פֿאַר דער מאַנשאַפֿט. דאָס טוט זי דורך פֿאַרבײַפֿאָרן די שפּילערקעס אין דער אַנדערער מאַנשאַפֿט.

ניט קײן פֿאָרום פֿאַר אָביעקטיפֿיצירונג

ראָלער דערבי איז אַנטװיקלט געװאָרן אין אַמעריקע אַרום 1930. דעמאָלט האָבן סײַ פֿרויען  סײַ מענער זיך באַטײליקט אין דעם ספּאָרט. אָבער, זינט דער אָנהײב פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט איז די ספּאָרטלערס פֿון ראָלער דערבי כּמעט נאָר פֿרויען. יונאַס העלבערג דערקלערט װאָס איז געשען: 
- דער ספּאָרט איז אײגנטלעך אַן אַלטער, הײבט זיך דער שופֿט אָן, אָבער איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין די 80/70ער-יאָרן װען די טעלעװיזאָר-פּראָדוצענטן האָבן געפֿאָדערט מער און מער ספּעקטאַקלדיקע פּראָגראַמען. לסוף איז דער ספּאָרט געװאָרן, מער-װײניקער, אַ מין "רעסלינג" אויף רעדלשיך. האָבן מענטשן פֿאַרלוירן זײער אינטערעס אין ראָלער דערבי. אָבער אַרום יאָר 2000 האָט אַ חברה פֿון מײדלעך אויפֿגעלעבט דעם ספּאָרט און האָט דעריבער צוגעבראַכט עפּעס נײַ צום טיש – אַ האַרטער ספּאָרט מיט ס'רובֿ װײַבלעכע אַטלעטן. ס'איז אין גאַנצן אַן אַרענע פֿאַר די פֿרויען. צום בײַשפּיל, אין פֿוסבאָל האָט מען פֿוסבאָל און דאַמענפֿוסבאָל. אין ראָלער דערבי איז עס פּונקט פֿאַרקערט – ראָלער דערבי און מענערדערבי!

אָבער, פֿון אַ פֿעמיניסטישער קוקװינקל. איז ראָלער דערבי טאַקע אַ מאַטריאַרכאַט אָדער אַ פֿאָרום פֿאַר אָביעקטיפֿיצירונג?
- איך מײן אַז ס'איז טאַקע ניט קײן פֿאָרום פֿאַר מאַכן פֿון פֿרויען אַן אָביעקט, װײַל די פֿרויען װאָס איך האָב זיך באַקענט מיט זײ אין דער ראָלער דערבי-משפּחה, זײַנען מסתּמא די פֿרײלעכסטע און פֿרײַסטע פֿעמיניסטן װאָס איך האָב ביז הײַנט געטראָפֿן! די װאָס קומען צו אַ מאַטש כּדי צו קוקן אויף שײנע מײדלעך װאָס שלאָגן זיך װעט באַלד בײַטן די מײנונג, װײַל דער ספּאָרט נעמט די אײבערהאַנט!

אַ ראָלער דערבי-שופֿט איז געבוירן געװאָרן   

אין שװעדן װאַקסט ראָלער דערבי װי אויף הײװן און כאָטש דער ספּאָרט איז אַ נײַער דאָ, האָט מען שוין צװײ ליגעס אין עטלעכע שטעט, למשל מאַלמע און שטאָקהאָלם. אָבער װי אַזוי איז יונאַס העלבערג געװאָרן דער ראָלער דערבי-שופֿט, רעװ קיל-דזשאָי?
- איך האָב געמײנט אַז עס האָט געקלונגען װי אַ שפּאַנענדיקע זאַך װען איך האָב געהערט װעגן ראָלער דערבי דאָס ערשטע מאָל. און נאָך דעם אַז מײַן באַליבסטע האָט אָנגעהויבן צו שפּילן האָב איך געזען דעם ערשטן ראָלער דערבי-מאַטש אויף שװעדישן גרונט - מאַלמע קעגן שטאָקהאָלם -  און אײדער װאָס װען האָב איך געשריִען הוראַ און געמינטערט מענטשן װאָס איך האָב פֿריִער קײן מאָל ניט געטראָפֿן. דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל אַ ספּאָרט האָט מיר פֿאַרפֿירט. אַן אַלטער חבֿר האָט מיך דאַן געפֿרעגט אויב איך װאָלט געװאָלט װערן אַ שופֿט, און איך האָב געטראַכט: פֿאַרװאָס ניט! אַ גוטער גרונד פֿאַר אַ דערװאַקסענער צו רעדלען זיך!

און װאָס װעט געשען אין דער צוקונפֿט פֿון ראָלער דערבי?
- עס זעט אויס װי ראָלער דערבי װעט האָבן אַ געזונטע צוקונפֿט. נײַע ליגעס זײַנען כּסדר געגרינדעט געװאָרן אי אין שװעדן אי אין די אַנדערע נאָרדישע לענדער. אַ יאָריקער אײראָפּעיִשער טורניר האַלט אין װערן, װעט דער ספּאָרט װערן גרעסער און גרעסער!  

דאָס בלעטעלע דאַנקט יונס העלבערג פֿאַרן אינטערװיו!