ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אבאס וועט באלד רעזיגנירן



מאכמוד אבאס, דער אנפירער פון דער פאלעסטינישער אוטאנאמיע וועט רעזיגנירן אין ניט מער ווי צוויי חדשים, צוליב מידקייט.

פאלעסטינע. לויט עטלעכע רעפרעזענטאנטן פון דער פאלעסטינישער אוטאנאמיע וועט מאכמוד ״אבו מאזען״ אבאס באלד רעזיגנירן נאך 12 יאר ווי דעם פאלעסטינישן אנפירער. דער אפיציעלער גרונד הינטער דער פלוצעמדיקער פענסיאנירונג איז פשוט מידקייט. אבער, מע ספעקולירט שוין אז דער 80 יאריקער אנפירער אין אמת רעזיגנירט צוליב דעם דורכגעפאלנעם שלום-פראצעס מיט ישראל.

לויטן אנזאג פון די פאלעסטינישע רעפרעזענטאנטן וועט אבו מאזען רעזיגנירן אין ניט מער ווי צוויי חדשים.