ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

באר: ישראל זאל אנערקענען פאלעסטינע



חיליק באר, פונעם ציאניסטישן פארבאנד, האט מאנטיק פארגעשטעלט א שלום-פלאן. לויטן פלאן זאל ישראל צום אלעס ערשטן אנערקענען פאלעסטינע.

ישראל. אויף א שלום-קאנפערענץ מאנטיק האט דער כנסת-דעפוטאט חיליק באר, פונעם ציאניסטישן פארבאנד (המחנה הציוני), פארגעשטעלט א שלום-פלאן וואס לויט באר אליין איז ״א סאלידער גרונט פאר א לעצטגילטיקן אפמאך״ מיט די פאלעסטינער.

באר מיינט אז ישראל, צום אלעס ערשטן, זאל אנערקענען פאלעסטינע אין פ״פ און נאך דעם זאל מען פארהאנדלען וועגן גרענעצען. לויטן פלאן וועט ירושלים בלייבן אן אייניקע שטאט אבער ווערן די קרוינשטאט פאר אי ישראל אי פאלעסטינע.