ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

היטערס פֿון דעם קלעזמער-לעגאַט טײל 1



מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד פֿון טשיקאַגע, אילינוי װעט באַלד פּראַװען 30 יאָר װי אַ קאַפּעליע. זײ האָבן געזען  װי אַזוי די מאָדערנע קלעזמערסצענע האָט זיך אַנטװיקלט פֿון אָנהײב און זײ זײַנען אָן אַ ספֿק נאָך אַ װיכטיקער טײל פֿונעם זשאַנער. דאָס בלעטעלע האָט געהאַט אַ שמועס מיט לאָרי ליפּיץ װעגן אי דער געשיכטע, אי דער צוקונפֿט.

װען מע טרעט אַרײַן אינעם װעבזײַטל פֿון מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד איז עס קלאָר װי דער טאָג אַז די קלעזמער-געשיכטע איז עפּעס זײער װיכטיק פֿאַר דער גרופּע.  נאָר אויפֿן הויפּטזײַט איז דאָ אי אַ דערקלערונג, אי אַ מיני-געשיכטע פֿונעם װאָרט "קלעזמער" אַלײן און אַן איבערקוק פֿונעם זשאַנערס אַנטװיקלונג אין אַמעריקע. אָבער װאָס מיט דער געשיכטע פֿון מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד? דער אָנפֿירערין און קדמון-מיטגליד פֿון דער באַנדע, לאָרי ליפּיץ, דערקלערט:
- איך האָב געגרינדעט די קאַפּעליע 1983 װײַל די פֿריערדיקע "ריװײַװעל"-גרופּעס – בפֿרט די קלעזמערים פֿון בערקלי, קאַליפֿאָרניע – האָבן מיך אינספּירירט צו צוריקברענגען לעבעדיקע, אמתדיקע, פֿרײלעכע מוזיק מיט נשמה צו דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין מײַן הײמשטאָט, טשיקאָגע, און מיט דער צײַט צום גאַנצן מיטל-מערבֿ.

אַ סך האָבן אַװדאי געשען זינט די 1980ער יאָרן װען מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד איז געבוירן געװאָרן און קלעזמערמוזיק איז הײַנט אַ נאַטירלעכער טײל פֿון, למשל, פֿילם און טעלעװיזאָר-סעריעס און אין אַמעריקע זײַנען דאָ עטלעכע גרופּעס.
- די הײַנטיקע קלעזמערסצענע איז טאַקע אַ כּלערלײיִקע, מאַכט לאָרי קלאָר. עס זײַנען דאָ גראָזװאָרצל-גרופּעס אין יעדן שטאַט, װאָס צום מערשטן הײבן זיך אָן מיט אַ ביבל, אָפֿט מאָל די קאַמען באַנד-ביכער פֿון די 1920ער יאָרן, אין האַנט אָבער מיט דער צײַט אַנטװיקלן זײ די מוזיק אין אַן אײגענער ריכטונג. דאָ זײַנען אויך "לעגאַזי" (לעגאַט)-גרופּעס װי קלעזמער קאָנסערװאַטאָרי באַנד, קלעזמאַטיקס, ניו אָרלינס אַל סטאַרס, מאַקסװעל סטריט, און אַנדערע װאָס האָבן געשפּילט זינט די 1980ער יאָרן. עס זײַנען אויכעט פֿאַראַן גרופּעס װאָס מישן קלעזמער מיט אַנדערע זשאַנערס.
דער קלעזמער-װעטעראַן לאָרי מײנט װײַטער אַז די נײַע קאַפּעליעס האָבן דאָך אַן אַנדערן אַרויס-פּונקט לגבי מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד און די אַנדערע "לעגאַזי"-גרופּעס.
- כאָטש קלעזמער-גרופּעס מעגן נאָך שפּילן אויף קאָלעדזש-קאָנצערטן אָדער שטאָט-פֿעסטיװאַלן, די "כװאַליע" איז געװען פֿאַרבײַ זינט דער אָנהײב 1980ער יאָרן, דאָס הײסט אַז ס'איז ניט מער דאָס נײַס װאָס ציִט צו צוהערערס.