ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

היטערס פֿונעם קלעזמער-טראַדיציע טײל 2





אַן אופֿן צו דערהאַלטן קלעזמער בײַם לעבן דאַרף זײַן צו לערנען קינדער װעגן דער מוזיק, און איך האָב שוין לאַנג געהאַט אַן אינטערעס אין פֿאַרשײדענע קלעזמער-פּראָיעקטן פֿאַר קינדער. װען איך האָב געלײענט װעגן לאָרי און מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד האָב איך זיך דערפֿאַר פֿאַראינטערעסירט מיט אַ זײער ספּעצילן פּראָיעקט װאָס הײסט מאַקסװעל סטריט יוניִאָר קלעזמער אָרקעסטראַ.
- ס'איז אַ קאַפּעליע פֿאַר קינדער װאָס איך האָב געגרינדעט 1994, דערצײלט לאָרי װען איך ריר אָן די טעמע. דעמאָלט, האָט דער ייִדישער בילדונגסאַמט אין טשיקאַגאָ געװאָלט שאַפֿן אַן אינסטרומענטקאַפּעליע צו אַקאָמפּאַנירן דעם כאָר װאָס זײ האָבן צוגעשטעלט. צװײ יאָרן שפּעטער, האָט דער בילדונגסאַמט אָפּגעשטעלט בײדע גרופּעס צוליב פֿינאַנצפּראָבלעמען און איך האָב זיך באַרעכענט אַז איך האָב געקענט װײַטערפֿירן די קאַפּעליע אָן דעם בילדונגסאַמטס צושטעלערשאַפֿט דורך אָפּצאָלן אַ  שׂכר-לימוד פֿון די מיטגלידערס.
די יוניִאָרקאַפּעליע איז טאַקע געװאָרן אַ הצלחה און איז הײַנט אַ גוטער ארויספּונקט פֿאַר יונגע קלעזמערמוזיקערס פֿון טשיקאַגאָ.
- פֿון אָנהײב אָן האָט די קאַפּעליע שטענדיק געװאַקסט און הײַנט זײַנען 28 יונגע מענטשן מיטגלידער. אַ פּאָר פֿון די פֿריערדיקע מיטגלידערס זײַנען הײַנט פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס און אונדזער װינטשונג איז אַז אַ פּאָר תּלמידים װעלן גרינדן אײגענע קלעזמער-קאַפּעליעס און אָפּהיטן מוזיק װי אַ טײל פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.

"אַ פּאָר מאָל מעג איך זינגען!"
מיר בײַטן טעמע, און איך פֿרעג לאָרי װעגן דער אָרגאַניזאַציע פֿון דער גרופּע.
- װען איך האָב געגרינדעט די קאַפּעליע זײַנען מיר געװען זעקס מוזיקערס פּלוס זינגערס, הײבט לאָרי אָן. אונדזער גרונטגרופּע איז דער קלאַרנעט, די פֿידל, דער טרומײט, דער טראָמבאָן, דער סאַקסאָפֿאָן, די קלאַװיאַטור, דער באַס, די פּויקן און װײַבלעכע געזאַנג. איך האָב געדאַרפֿט אויסברײטערן די גרופּע צוליב דעם פֿאַקט אַז אַ מוזיקער הײַנט מוזט אָננעמען כּמעט אַלע קאָנצערט-אָנבאָטן און מעגט דערפֿאַר אײַנבוכן אַ גיג אויף אַ דאַטע װען דער קלאַרנעטשפּילער איז פֿאַרנומען מיט עפּעס אַנדערש. האָב איך דרײַ פֿאַרבײַטערס פֿאַר יעדן אינסטרומענט.  ס'איז אַ פֿאַרזיכערונג װאָס פֿונקציאָנירט נאָך אַ יאָרצענדלינג, װען אַלע 30+ אירע זײַנען אין גאַנצן באַקאַנט מיט אונדזער סטיל, שאָװ און אַזוי װײַטער.
און װאָס איז איר ראָלע װי די אָנפֿירערין פֿון דער באַנדע?
- מײַן ראָלע װי אָנפֿירערין איז צו פֿינען אַרבעט, געבן די קאַפּעליע פּירסום, אָרגאַניזירן די פֿאָרשטעלונגען, שיקן די חשבונות, אָנשטעלן, אָפּזאָגן און אַראַנזשירן די מוזיק אין אַן אמתדיקן אופֿן און מיט דער בעסטער מוזיקאַלישער קװאַליטעט. אַה, און אַ פּאָר מאָל מעג איך זינגען!
מיר זײַנען געקומען צום סוף פֿונעם אינטערװיוּ און איך װוּנדער זיך װאָס זײַנען לאָריס פֿאַװאָריטלידער.
- װען עס קומט צו שפּילן האָב איך ליב אַלץ װאָס איז געשאַפֿן פֿון די מיטגלידער פֿון דער קאַפּעליע. אַלעקס (קאָפֿמאַן) און דאָן (דאָנאַלד יאַקאָבס) האָבן קאָמפּאָנירט אַ פּאָר זײער װוּנדערלעכע, אָריגענעלע און שפּאַסיקע לידער, און איך האָב ליב שפּילן זײ פֿאַר אַן עולם דאָס ערשטע מאָל.
- װען עס קומט צו זינגען זײַנען מײַנע דרײַ באַליבסטע לידער "אױ אַבֿרהם", "מעטעליצאַ" (אַ רוסיש פֿאָלקליד) און "מחותּנתטע מײַנע".

איך האָף לאָרי און מאַקסװעל סטריט קלעזמער באַנד װעלן װײַטער זינגען און שפּילן די דאָזיקע לידער פֿאַר אַ סך יאָרן. סײַ װי סײַ זאָגט דאָס בלעטעלע אַ דאַנק פֿאַרן אינטערװיו.