ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

זאל זיין שלום



דער שלום-פראצעס צווישן ישראל און פאלעסטינע איז אויף דער רגע ניט אהין און ניט אהער, און ער איז שוין לאנג געווען אן אומפראדוקטיווער ספעקטאקל - צום בעסטן א מין געפרעפל באניצט צו האלטן אינטערנאציאנאלע אקטיארן צופרידן אבער אין אמת איז דער שלום-פראצעס טאקע טויט ווי א שטיין. איז עס ניט מאדנע אז די יידן אין גלות, לויט א נייער שטודיע, האבן אנגעהויבן געפילן אז ישראל האט זיך מיאש געווען אין שלום מיט די פאלעסטינער, ווייל די נתניהו-רעגירונג אינטערעסירט זיך פשוט ניט מיט דעם פראצעס.

אפשר שטאמט נתניהוס אומאינטערעס פון דעם אז עס איז ניט פאראן קיין צד-השווה צווישן אים און אבו מאזען. אפשר איז דער פאליטישער לאנדשאפט און דער פרעמיערס ברעכיקע עקסט רעכטע קאאליציע שולדיק. אפשר איז נתניהו אפילו גערעכט ווען ער באהויפט אז ער האט ניט קיין אמתדיקן ״שותף פאר שלום״ אין אבאסן. סוף כל סוף מאכן די פארוואסן ניט אויס, ווייל דער רעזולטאט איז דער זעלביקער; דער שלום-פראצעס איז טויט.

דערפאר, איז עס געווען א וויכטיקע, אפילו א דערפרישנדיקע, געשעניש ווען חיליק באר מאנטיק האט פארגעשטעלט א נייעם פלאן פאר שלום. עס וועט אוודאי זיינען דא פארשיידענע מיינונגען וועגן דער אינהאלט אינעם פלאן, און ער וועט מסתמא ניט ווערן מקוים. אבער אויף זיכער באווייזט בארס פלאן אז עס איז דא א פאקטישע קאנקרעטע ברירה צו דער איבערקלייבערישער טאקטיק פונעם איצטיקן פרעמיער נתניהו. און איידער וואס ווען איז שלום מיט די פאלעסטינער ניט מער אזוי פעריפעריש, אבער אויף דער פאקטישער פאליטישער אגענדע.

לאז זיין אז יצחק ״בוזשי״ הערצאג איז מצליח צו אראפווארפן די נתניהו-רעגירונג איבער א יאר. דאן, ווער ווייס וואס וועט געשען? מסתמה גארניט, הערצאג האט נאר אונטערגעשטיצט בארס איניציאטיוו ניט דעם פאקטישן פלאן, אבער ווער ווייס. גרעסערע נסים זיינען טאקע געשען.