ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

פֿונעם אויװן – באַנאַנאַשאָק


1502, לעבן האָנדוראַס, האָט קריסטאָפֿער קאָלאָמבוס געפֿונען, אָדער באַגזלט, קאַקאַאָ-בעבלעך אױף אַ גרױסן אינדיאַנישן קאַנו. ער האָט געמײנט אַז די בעבלעך זײַנען אַ מין מאַנדלען. ער האָט זיך ניט אױסגעלערנט װי אַזױ צו ניצן זײ און די בעבלעך װאָס ער האָט מיטגעבראַכט אַהײם זײַנען ניט געפֿעלן קײנעם.
דער קומענדיקער דור האָט בעסער פֿאַרשטאַנען װעגן די בעבלעך און נאָך דעם װען עס איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ פּאָר מאָנאַשקעס צו אַרײַנמישן זוקער אינעם שאָקאָלאַד-געטראַנק איז עס געפֿעלן אַלעמען און איז טאַקע געװאָרן עפּעס װי אַ נאַציאָנאַל-געטראַנק אין שפּאַניע. פֿונדעסטװעגן האָט עס געדױערט אַ לאַנגע צײַט ביז װאַנען די אַנדערע טײלן פֿון אײראָפּע האָבן געטרונקן שאָקאָלאַד. אין שװעדן האָט עס געדױערט ביז אַרום 1750. דעמאָלט האָט מען ניט געהאַט קײן "אָ'בױ". דעם קאַקאַאָ-פּולװער האָט אױסגעטראַכט אַ האָלענדער, ניט פֿריער װי 1828, און נאָך דעם איז עס געװאָרן גרינגער צוצוגרײטן דאָס געטראַנק.
צו עסן שאָקאָלאַד איז ניט געװען מעגלעך װײַל װען מע האָט צוגעגעבן צוקער איז דער שאָקאָלאַד געװאָרן צעשמאָלצן. 1847 אין בריסטאָל, גרויס-בריטאַניע, האָט מען דאָך אױסגעטראַכט אַ נײַע פּראָצעדור פֿאַר שאָקאָלאַד-מאַכערײַ און מע האָט געשאַפֿן די שאָקאָלאַדקע!

אינגרעדיענטן:

150 גראַם פּוטער
2 דעציליטער צוקער
2 אײער
3 דעציליטער װײצ-מעל
1 טײלעפֿל באַקן-פּולװער
3 עסלעפֿל קאַקאַאָ
2 טײלעפֿל וואַניל-צוקער
2 צעקוועטשטע באַנאַנען
0.5 דעציליטער זויערמילך
צעריבנער קאָקאָסנוס

1. באַשמירט מיט פּוטער אַ ברויטבעקן און שפּריצט מיט קאָקאָסנוס.
2. רירט פּוטער און צוקער. גיט צו די אייער איינציקווײַז.
3. גיט צו די באַנאַנען.
4. מישט צונויף מעל, באַקן-פּולװער, קאַקאַאָ און װאַניל-צוקער.
5. שיט דאָס מעל-געמיש אַרײַן אינעם פּוטער-געמיש און רירט צונויף.
6. רירט אַרײַן די זויערמילך.
7. גיסט עס אַלץ אַרײַן אינעם ברױטבעקן און באַקט אונטערשט אינעם אױװן 175°C פֿאַר 45 מינוט.

עסט געזונטערהײט!