ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מיראָרס עדזש



אין דער צוקונפֿט איז די גאַנצע װעלט דיגיטאַליזירט געװאָרן און די רעגירונג קאָנטראָלירט די אינפֿאָרמאַציע אין גאַנצן. דערצו זײַנען די הערשערס אינעם קאַלטן ניו יאָרק, װוּ "מיראָרס עדזש" קומט פֿאָר, קאָרופּטע און בײזע מענטשן װאָס האָבן פֿײַנט פֿרײַהײט און גלײַכרעכטיקײט.

צום גליק איז דאָ אַן אויפֿשטאַנד. אַ גרופּע אַקראָבאַטישע אינדיװידן, װאָס מע רופֿט "לויפֿערס",  האָבן אויסגעטראַכט אַ זײער ספּעציעלן סיסטעם פֿאַר באַהאַלטן אינפֿאָרמאַציע פֿונעם בעל־הבית. זײ לויפֿן און שפּרינגען אַריבער דער שטאָט װיִאַ די דעכער, טראָגנדיק בסודיקע אָנזאָגן צו פֿאַרשײדענע טונקלע כאַראַקטערן. װײַל דער רעגירונג איז ניט קײן אָנהענגער פֿון בסודיקײט יאָגן זײ זיך נאָך די לויפֿערס מיט גװאַלד.

"מיראָרס עדזש" איז ניט קײן גרינגער שפּיל. דאָס הײסט  אַז מע דאַרף זיך געניטן אַ סך אויב מע װיל זײַן אַ מבֿין און קענען אַלע פֿונקציעס פונעם שפּיל. דאָס איז פֿונדעסטװעגן עפּעס זײער גוט, װײַל מע קען שפּילן טאָג-אײַן טאָג-אויס, און מע איז קײן מאָל ניט זאַט פֿונעם שפּיל. דערצו איז די גראַפֿיק זײער שײן מיט חידושדיקע פֿאנטאַסטישע אַרומען. סוף כּל סוף װיל איך רעקאָמענדירן "מיראָרס עדזש" צו אַלע װאָס פֿאַרינטערעסירן זיך מיט אַ געװאַלדיקער אַװאַנטורע.