ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

הינטער דעם טאָל



הינטער דעם טאָל
ליגט אַ באַרג אַ גרויער
און אינעם באַרג איז דאָ אַ הײל
אָט אין דער הײל װוינט אַ קלײן שרעטל
גאַנץ אַלײן, גאַנץ אַלײן

ער בעט מחילה בײַ אַלע
כאָטש ער װײסט ניט װאָס ער האָט געטאָן

און נאָך אַ מאָל האָט ער זיך געפֿילט
װי אַ מלך אָן אַ פֿאָלק
גאַנץ אַלײן אין זײַן קאַלטער הײל

שװער איז דער װעג פֿאַר אים
דעם שרעטל אָן אַ ציל
גאַנץ אַלײן אין זײַן קאַלטער הײל

דאָס שרעטלע שפּילט זיך מיט שטײנער
גאַנץ אַלײן, גאַנץ אַלײן