ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אַ נײַער קאָשמאַר



דער אַמעריקאַנישער בעל-שרעק, אַליס קופּער, האָט אַ ספּעציעלן פּלאַץ אין מײַן האַרץ, סײַ װײַל דער קופּער-קלאַסיקער, "הײ סטאָפּיד", איז געװען דאָס ערשטע קאָמפּאַקטל איך האָב געקויפֿט, סײַ װײַל איך האָב שוין לאַנג געמײנט אַז דער פֿאַנטאַסטישער סאָלאָ-דעביוט "װעלקאָם טו מײַ נײַטמער" (1974) איז אײן פֿון די בעסטע אַלבאָמען אין דער גאַנצער מוזיק-געשיכטע. דערפֿאַר האָב איך געהאַט אַ ביסעלע מורא װען איך האָב געהערט אַז די אַלטע ראָק-לעגענדע װאָלט אַרויסגעגעבן אַ צװײטן טײל פֿון אָט דער דאָזיקער פּלאַטע, מיטן גרויליקען דזשימדשיקען טיטל; "װעלקאָם 2 מײַ נײַטמער".
אַליס קופּער, אָדער װינצענט פֿורניער װאָס איז

זײַן אמתדיקער נאָמען, איז געבוירן געװאָרן 1948 אין דיטרויט, מישיגאַן. דער טאַטע איז געװען אַ גלח און דערפֿאַר האָט װינצענט געהאַט אַ זײער קריסטלעכע דערציִונג. אין די יונגע יאָרן איז ער געװען אַ גרויסער אָנהענגער פֿון די ביטלס און זײער מוזיק האָט אינספּירירט װינצענט אַ סך. מע קען פֿאַקטיש הערן אַ פּאָר ביטלס-עלעמענטן אויף יעדער קופּער-קאָמפּאַקטל פֿון אָנהײב ביז הײַנט. אָבער די מוזיק פֿון אַליס קופּער איז טאַקע אַ כּלערליייִקע, און איך קען ניט קײן אַנדערן מוזיקער װאָס האָט פֿאַרענדערט און געביטן דעם סטיל אַזוי אָפֿט װי אַליס.
אויף דעם נײַעם דיסק איז אַליס קופּערס רצון צו בײַטן מוזיקאַלישע סטילן עקסטרע קלאָר, װײַל ער פֿאַרבעט אונדז צו אַ רײַזע צו אַ סך פֿאַרשײדענע זשאַנערס – ראָק, מעטאַל, קאַבאַרע, קאָנטרי, 60ער פּאָפּ, דיסקאָ (!) און אַזוי װײַטער. "װעלקאָם 2 מײַ נײַטמער" האָט אַ טײל פֿון אַלצדינג. דער דאָזיקער פֿאַקט איז דאָך אַ פּראָבלעם, װײַל אַ פּאָר לידער זײַנען בלויז מאָדנע און זײ פּאַסן ניט אויף קײן אַליס קופּער-דיסק! פֿון דער אַנדערער זײַט האָב איך טאַקע ליב אַ פּאָר פֿון די עקספּערימענטעלע לידער, בפֿרט דאָס קאַבאַרעישע ליד "לאַסט מאַן אָן ערט" װאָס איז פּורער כּישוף.
צי איז "װעלקאָם 2 מײַ נײַטמער" אַ װערטיקער המשך צו ""װעלקאָם טו מײַ נײַטמער"? נײן, איך מײן אַז ניט אין גאַנצן, אָבער עס איז פֿאָרט אַ גוט קאָמפּאַקטל און שטיצט אונטער אַליס קופּערס פּאָזיציע װי דעם מײַסטער פֿון שרעק-ראָק!