ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשׂיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל טײל 1


אין אַן אַלטן װאַלד, אויפֿן בסודיקן אינדזל װאָס קײנער װײס איז דאָ, ליגט דאָס מלכות פֿון די װעכטער-פֿעעס. אַ טיפֿער, מאַגישער נעפּל רינגלט זיך אַרום דעם אינדזל, שיצנדיק אים פֿון דער װעלט פֿון מענטשן. דער נעפּל איז טאַקע אַ װיכטיקער, װײַל עס איז בעצמדיק אַז קײן זײַטיקער האָט ניט װיסנשאַפֿט װעגן דער עקסיסטענץ פֿון די פֿעעס און זײער װעלט. אויב עמעצער װאָלט געװוּסט װאָס טוט זיך אויפֿן נעפּלדיקן אינדזל אָדער װאָלט געקענט די אמתדיקע אַרבעט פֿון די װעכטער-פֿעעס, װאָלט דער גאַנצער דור פֿון מענטשן אומגעקומען.

דער גורל פֿון מענטשן, און אײגנטלעך פֿון אַלע בעשאַפֿענישן װאָס לעבן אויף דער ערד, איז זינט ששת-ימי-בראשית געװען אין די הענט פֿון די װעכטער-פֿעעס. פֿאַרװאָס? װײַל אין אַלע צײַטן זײַנען עטלעכע ברידקע און בײזע מאָנסטערס געקומען דאָ אַהער מיטן אײן-און-אײנציקן ציל צו מאַכן די װעלט צו גאָרניט. עס איז די אַרבעט פֿון די פֿעעס צו באַשיצן די װעלט פֿון די דאָזיקע סכּנות. עס איז ניט קײן גרינגע אַרבעט, אַדרבה, עס איז אַ גאָר געפֿערלעכע. אַ סך פֿעעס זײַנען געשטאָרבן אין קאַמף, באַשיצנדיק די װעלט, און אומצײליקע קריגערס װערן צעמזיקט יעדער יאָר. עס איז דאָך קלאָר װי דער טאָע אַז די װעכטער-פֿעעס זײַנען מבֿינים, װײַל אין דער װעלט פֿון מענטשן זײַנען אַלצדינג פֿרידלעך און רויק. 

מע דאַרף װיסן אַז די װעכטער-פֿעעס זײַנען גאָרניט װי די ברעכעװדיקע, גדלותדיקע פֿעעס װאָס װעגן זײ לײענט מען אין מעשׂה-ביכלעך. פּונקט פֿאַרקערט! די װעכטער-פֿעעס זײַנען האַרטנעקיקע, רציחהדיקע קריגערס מיט מעכטיקע, און אָפֿט מאָל, שװאַרצע כּישוף-קראַפֿטן. דאָס הײסט אַװדאי ניט אַז זײ זײַנען בײזע ברואים אָבער די שװאַרצע קראַפֿטן זײַנען בצמדיק אין דעם קאַמף קעגן אַ ברידקע שֹונא. 

אונדזער מעשֹה האָט זיך אָנגעהויבן לאַנג צוריק, װען אַ מענטש האָט זיך אויסגעביטן אמתדיקע ליבשאַפֿט מיט מאַטעריעלן געװינס. פּונקט אין דער רגה  איז אַ קלײנער מאָלעקול פֿון טאָטאַלן בײזס געבוירן געװאָרן, און װען נאָך אַ מענטש האָט געמאַכט דעם זעלביקן קרבן איז דער מאָלעקול געװאַקסן און געװאַקסן. הײַנט איז ער אַ געװאַלדיקער מאָנסטער װאָס דערנערט זיך פֿון די נשמות פֿון גוטע מענטשן, מאַכן זײ קאַלטע און זשעדנע.

װײַל די װעכטער-פֿעעס זײַנען דעמאָלט געװען די זעלביקע געבליבנע מאַגישע באַשעפֿענישן װאָס נאָך האָבן געװוינט אויף דער ערד, האָבן נאָר זײ געקענט זען דעם װאַקסנדיקן מאָנסטער. באַלד האָבן די חכמים פֿון דעם העכסטן ראָט פֿאַרשטאַנען אַז נאָר די מענטשנס אומװיסן פֿון זײער שאַפֿונג האָט אָפּגעהאַלטן דעם מאָנסטער פֿון צופּאַסן זיך צו דער װעלט פֿון מענטשן און אָננעמען פֿיזישע פֿאָרעם. אָט אַזוי האָבן די װעכטער-פֿעעס באַקומען צװײ פֿאַרשײדענע מיסיעס; צו האַלטן דעם מאָנסטערס עקסיסטענץ בסוד און צו שיצן די גוטע מענטשן װען דער מאָנסטער יאָגט זיך נאָך נשמות בײַ נאַכט.