ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

פֿינף װיכטיקע דיסקן



פֿון: אידאַ אָלניאַנסקי

די ביטלס – עבי ראָד (1969)
אַ שטױביקער דיסק, װאָס איך האָב געפֿונען אין קעלער צװישן דעם טאַטנס אַלטע דיסקן. אַ קלאַסיקער װאָס איז געװען דער אָנהײב פֿון מײַן מוזיקאַלישער אַנטװיקלונג און װאָס האָט מיך געפֿירט צו האַרטערער מוזיק. אין דער מוזיק פֿון ביטלס האָב איך געפֿונען און זיך פֿאַרליבט אין עקספּערימענטאַלער מוזיק. פֿון די ביטלס איז מײַן ליבשאַפֿט צו פּראָגרעסיװער מוזיק געבױרן געװאָרן.

אַליס קופּער – טראַש (1989)
אַן אַלבאָם װאָס איך און דער מאַן האָבן בײדע געהאַט אין דער דיסק-קאָלעקציע װען מיר האָבן זיך אַרײַנגעקליבן אין אונדזער ערשטער דירה. קײנער פֿון אונדז האָט געװאָלט אַװעקװאָרפֿן דעם אײגענעם דיסק, שטײען איצט בײדע דיסקן אין דער פּאָליצע. אַליס קופּער האָט זיך אינספּירירט פֿון די ביטלס און יאָן לענאָן. אפֿשר האָב איך אַזױ שטאַרק ליב די מוזיק פּונקט דערפֿאַר. "טראַש" איז געװען דאָס ערשטע העװי מעטאַל-קאָמפּאַקטל איך האָב געקױפֿט און איך האָב ליב דאָס געפֿיל װען איך הער זיך צו צו דעם דאָזיקן אַלבאָם. אַן אַלבאָם װאָס איז שױן לאַנג געװען װיכטיק בײַ מיר.

מאַנאָװאַר – װאַריאָרס אָף די װאָרלד (2002) 
עס איז כּמעט ניטאָ עפּעס װאָס מאַכט מיר אַזױ פֿרײלעך װי מאַנאָװאַר. דאָס איז די הױפּט-סיבה פֿאַרװאָס דאָס קאָמפּאַקטל איז אויף דער

ליסטע. איך האָב זיך צוגעהערט צו "װאַריאָרס אָף די װאָרלד" אַ סך, און איך װער אָפֿט אינספּירירט פֿון מוזיק װי דעם װען איך שרײַב אײגענע לידער. ברידערס אומעטום, הײבט אויף די הענט אין דער לופֿטן!

אײריִאָן – די יומאַן עקװײזשן (2004)
איך האָב אַלע מאָל ליב געהאַט קאָנצעפּט-קאָמפּאָקטלעך און דער דיסק איז זײער ספּעציעל פֿאַר מיר. די װאַריאַציע אין דער סטרוקטור פֿון די לידער און די פֿאַנטאַסטישע מעשׁה שאַפֿן אַ פֿאַרכּישופֿטן דיסק. איך האָב טאַקע ליב װי אַזױ מע בײַט זיך צװישן האַרט און װײך און אַז די לידער איז כּלרלײ אָבער אויך שײן צוזאַמענגעפֿלאָכטן. דערצו געפֿעלט מיר דער טיטל פֿונעם דיסק אַ סך, װײַל ער דערמאָנט אין װי אַזוי די לעבנס פֿון מענטשן פֿורעמען זיך און אַפֿילו װי מע אַ סך מאָל באַטראַכטן דאָס לעבן װי אַן "עקװײזשן".

דעצעמבעריסטס – האַזאַרדס אָף לאַװ (2009)
איך װער אַלע מאָל נתפּעל פֿונעם ערשטן טײל פֿון דעם דיסק, עס איז כּמעט װי אַן אַפּאָקאַליפּטיש געפֿיל אין דער מוזיק. איך בין אַ גרױס אָנהענגער פֿון אַלבאָמען מיט פֿאַרבונדנע לידער און "האַזאַרדס אָף לאַװ" איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ אַלבאָם. איך האָב אױך ליב די װאַריאַציע צװישן מענלעכן און װײַבלעכן געזאַנג און די פֿאַנטאַסטישע קלאָרע פּראָדוקציע. "האַזאַרדס אָף לאַװ" איז טאַקע אַן אַלבאָמ װאָס מען מוז אױסהערן פֿון אָנהײב צום סוף.