ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כּוחדיקע װעלף



פּאָװערװוּלף (POWERWOLF) איז אַ העװי מעטאַל-גרופּע פֿון סאַרבריקען, סאַרלאַנד, דײַטשלאַנד װאָס שרײַבט באָמבאַסטישע און עפּישע לידער װעגן װאָלקעלאַקעס און װאַמפּירן, אָפֿט מאָל מיט אַ רעליגיעזן אונטערטאָן.  אַלץ איז צונויפֿגעמישט מיט אַ סך פֿינצטערן הומאָר. אין אַ זשאַנער װוּ גרופּעס בײַטן מיטגלידער אָן אַ מאָס װאַרפֿט זיך פּאָװערװוּלף אין די אויגן װײַל זײ האָבן נאָך אַלץ דעם קדמון לײַן-אַפּ! מיר װעלן אין דעם אַרטיקל באַקענען זיך מיט דער פּאָװערװוּלף-טשאַטע און אירע מוזיקאַלישע װערק.


די גרופּע איז געגרינדעט געװאָרן 2003 פֿון די ברידער טשאַרלס (באַס און גיטאַר) און מאַטיו גרײװוּלף (גיטאַר) װאָס האָבן גיך געפֿונען אי אַ פּײַקלער אין סטעפֿאַן פֿונעבר אי אַ קלאַװיאַטוריסט אין פֿאַלק מאַריאַ שלעגל אָבער עס האָט געדויערט עטלעכע חדשים ביז מע האָט געפֿונען אַ גוטן זינגער. עס איז, זײער פּאַסיק, געװען אין בוקאַרעשט, רומעניע װאָס די ברידער גרײװוּלף האָבן זיך געטראָפֿן מיטן אָפּערע-סטודענט, אַטילאַ דאָרן, װאָס האָט באַקומען די פּאָזיציע װי פֿראָנטמאַן פֿון דער גרופּע.

פּאָװערװוּלף האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דעם קלאַסישן מעטאַל-אַרויסגעבער, מעטאַל בלײד, און אַרויסגעלאָזט דעם דעביוט, "ריטערן אין בלאָדרעד" (RETURN IN BLOODRED) 2005.  דאָס קאָמפּאַקטל איז אַ פֿײַנער דעביוט אָבער האַלטן ניט אַזוי פֿיל קלאַסישע לידער װי דעם נעקסטן אַלבאָם, "לופּוס דעיִ" (LUPUS DEIֹ) װאָס איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן 2007. לידער װי "לופּוס דעיִ" און "סאַטרדײ סײטן" (SATURDAY SATAN) זײַנען אָבליגאַטאָרישע אויף יעדער לײַװ-שפּיל מיט "די װעלף".

אָפּערע האָט אַ שטאַרקערע דעה בײַ די צװײ לעצטע דיסקן, "בײַבל אָף די ביסט" (BIBLE OF THE BEAST) און "בלאָד אָף די סײנטס" (BLOOD OF THE SAINTS) אַנטקעגן די ערשטע צװײ און איצט איז פּאָװערװוּלף אַ גרויסער נאָמען אויף דער סצענע פֿון מעטאַל.

הײַיאָר האָט פּאָװערװוּלף אַרויסגעלאָזט זײַן ערשטע לײַװ-קאָמפּאַקטל, "אַלײַװ אין די נײַט" (ALIVE IN THE NIGHT). נאָך דעם אַרויסלאָז האָט מע אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער מײדזשר-אַרויסגעבער, נײפּאַלם רעקאָרדס. די מעשֹה פֿון פּאָװערװוּלף האָט זיך נאָר אָנגעהויבן.

צום סוף. דאָ איז אַ טײַטש\איבערזעצונג פֿונעם פּאָװערװוּלף-ליד, "װערװוּלפֿס אָף אַרמײניִאַ" (WEREWOLVES OF ARMENIA). דאָס ליד איז געשריבן געװאָרן 2009 פֿאַרן "בײַבל אָף די ביסט"-קאָמפּאַקטל, און עס איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דעם פּאָװערװוּלפֿישן געמיש פֿון שרעק, הומאָר און רעליגיע.