ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מלחמה אין דער אונטערװעלט




װאָס איז דער רעצעפּט פֿון אַ הײמישן פֿילם-אָװנט? פֿרעגט מען די אָלניאַנסקיס איז דער ענטפֿער אַ שטיקעלע גוטן פֿענטעזי-שרעק! די אַנדער-װאָרלד-פֿילמען זײַנען טאַקע טיפּישע בײַשפּילן פֿונעם דאָזיקן זשאַנער, האָט אידה און ניקלאַס אַװדאי געקוקט אויף "אַנדערװאָרלד-אַװײקענינג" (AWAKENING:UNDERWORLD) װאָס איז אַנומלט אַרויסגעלאָזט געװאָרן אויף די-װי-די און בלורײ.

אַנדערװאָרלד איז אַ סעריע פֿון שרעק-פֿילמען װאָס דרײט זיך אַרום װאָלקעלאַקעס און װאַמפּירן און אַ געװאַלדיקע מלחמה צװישן זײ. די פֿילמען זײַנען געשריבן און פּראָדוצירט פֿונעם אַמעריקאַנער, לען װײַסמאַן, װאָס איז אויך דער רעזשיסאָר פֿון די צװײ ערשטע שאַפֿונגען, "אַנדערװאָרלד" און "אַנדערװאָרלד: עװאָלוזשען".

די רעזשיסאָרן פֿון דעם לעצטן און פֿערטן טײל פֿון דער סעריע, "אַנדערװאָרלד: אַװײקענינג", זײַנען געװען צײ שװעדן, דהינו, מאָנס מאָרלינד און ביערן שטײן.

די שװעדן האָבן לײדער ניט געטאָן קײן גוטע אַרבעט, װײַל דער פֿילם איז מער װעגן שײנע װינקלעך און עפֿעקטן אײדער אַ גוטער מעשֹה. נאָר עקטשן, קײן הײמישער פֿענטעזי-שרעק ניט.

אַ מחיה דאָך. קײט בעקינסײל איז צוריקגעקומען װי סעלינאַ, און שפּילט װי תּמיד זײער פֿײַן. װעט אַ גליק אונדז געטראָפֿן, זאָלן די קומענדיקע פֿילמען זײַן בעסער.