ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

די האָביט-טרילאָגיע




פּונקט װי דאָס בוך הײבט זיך דער פֿילם אָן: "אין אַ לאָך אין דער ערד האָט געװוינט אַ האָביט" און מיט די װערטער זײַנען מיר נאָך אַ מאָל פֿאַרבעטן צו גאַסט אין דער װעלט פֿון טאָלקינען און צו באַטײליקן זיך אין אַ גרויסער אַװאַנטורע. כאָטש דעם װאָס דאָס בוך איז אײגענטלעך אַ קלײנס איז "אַהין און װידער צוריק" נאָר דער ערשטער פֿון דרײַ פֿילמען.

פּיטר דזשעקסן, דער רעזשיסאָר פֿון דעם פֿילם, האָט באַשלאָסן צו מאַכן דרײַ טײלן צוליב געלט און ער האָט געפּרוּװט די מעשֹה פֿאַרלענגערן דורך צולײגן פּרטים פֿון "סילמאַריליאָן" און דורך אַ סך לאַנגע עקטשן-סצענעס.

דער ערשטער פֿילם איז דער בעסטער פֿון די דרײַ, פֿול מיט שפּאַנענדיקע סצענעס, הומאָר און װוּנדערלעכע אַרומען. עס איז קלאָר װי דער טאָג אַז דזשעקסן איז אַן אמתדיקער טאָלקין-אָנהענגער װאָס איז אַ מבֿין אויף פּרטים װעגן די כאַראַקטערן און דער מעשֹה אין אַלגעמײן. צום באַדויערן איז דאָס ניט גענוג. אַלע פֿילמען זײַנען גוטע, אָבער דרײַ פֿילמען זײַנען פּשוט צו פֿיל.

איך האָב שטאַרק ליב געהאַט די "לאָרד אָף די רינגס"-פֿילמען, און די האָביט פֿילמען האָט מיר אויך געפֿעלט אָבער זײ זײַנען ניט אין דער זעללבער ליגע װי זײערע פֿאַרויסגײערס.