ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 1








עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל

אינטראָדוקציע

 

מאַטעריאַל און הינטערגרונט


איך װעל אַרבעטן מיט כאַװער־פּאַװערס קינדערבוך לאַבזיק (כאַװער־פּאַװער, 1935) װײַל איך בין זײער פֿאַרינטערעסירט אינעם דידאַקטישן עלעמענט פֿון דער קינדער־ליטעראַטור. צו נעמען לאַבזיק איז גאָר אַ נאַטירלעכע זאַך, צוליב דעם װאָס דאָס בוך האָט אַ שטאַרקן דידאַקטישן טענדענץ. מיר האָבן צו טאָן מיט אַ קאָמוניסטיש בוך, געשריבן אין אַמערויקע 1935 פֿון אַ מחבר װאָס האָט געװאָלט שאַפֿן פֿאַר די קינדערלעך. מען האָט דאָס בוך אַרױסגעגעבן אין אַ פּאָליטיזירטער סבֿיבֿה. די פּאָליטיש-עקאָנאָצישע לאַגע פֿאַר די ייִדן אין דער דעמאָלטיקער אַמעריקע שפּיגלט זיך בולט אָפּ אין די זײַטלעך פֿונעם בוך. דערפֿאַר איז עס אַן אינטערעסאַנטער מאַטעריאַל פֿאַרן אַנאַליז. די װאָס װילן װיסן מער װעגן דעם מחברס ביאָגראַפֿיע בעט איך צו געבן אַ קוק אױף סעקציע ב (ביאָגראַפֿיע).

איך בין אױך פֿאַרינטערעסירט אין װי אַזױ מען שאַצט אָפּ די װערטן פֿון פֿאַרשײדענע האַנדלונגען פֿונעם אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. מײַן אינטערעס פֿאַרן דידאַקטישן עלעמענט טראָגט אין זיך אַן אינטערעס פֿאַר פֿאַרשײדענע מינים דערציונג. װאָס איז אײגענטלעך דער אונטערשײד צװישן טראַדיציאָנעלער און אידעאָלאָגישער דערציונג?
טאָ װעט לאַבזיק זײַן דער פּרימערער טעקסט. אַ פֿולשטענדיקע רשימה פֿון אי פּרימערע אי סעקונדערע קװאַלן װעט איר געפֿינען בײַם סוף סעקציע ד (ביבליאָגראַפֿיע).

אָט האָב איך אַ פּאָר פֿראַגעס אױף װעלכע איך האָף אַז איך װעל קענען ענטפֿערן אין מײַן אױספֿיר בײַם סוף אַנאַליז.
לאַבזיק לערנט זיך װי אַזױ מען פֿירט זיך אידעאָלאָגיש. אַנדערע "גוטע" אַקציעס טוט ער צוליב עמאָציעס. "שלעכטע" אַקציעס אױך. װאָסערע קינסטלערישע מעטאָדן ניצט מען כּדי אױסצולערנען די קינדער צו אַגירן אידעאָלאָגיש?
װאָסערע װערטן גיט מען עמאָציאָנעלע און אױסגעלערנטע אַקציעס אינעם אידעאָלאָגישן אַפּאַראַט?
האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ דידאַקטישן בוך? מיר װעלן אונטערזוכן קינדער-ליטעראַטור װי אַ מעדיום: צי האָט כאַװער-פּאַװער געשריבן פֿאַר קינדער בלױז כּדי זײ צו געבן אַן אידעאָלאָגישע דערציונג?