ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל טײל 3

 
פֿריִער אין מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל: אין אַן אַלטן װאַלד, אויפֿן בסודיקן אינדזל װאָס קײנער װײסט איז דאָ, ליגט דאָס מלכות פֿון די װעכטער-פֿעעס. דער העכסטער ראָט פֿונעם אינדזל האָט אָקערשט באַשלאָסן צו באַצײכענען דאָס נאַרישע לערנייִנגל, זענגע ביבערעק, פֿאַר אַ שׂונא פֿון דעם מלכות. האָט מע געשיקט דעם גענעראַל, גרעמיע סם, נאָך אים. אָבער אַ קראַנקן-שװעסטער האָט אין דער לעצטער רגע אומװילנדיק דערהרגעט דעם גענעראַל און דערמיט געראַטעװעט זענגען


- װאָס האָב איך געטאָן! האָט די קראַנקן-שװעסטער געשריִען און איר קול האָט געציטערט אַז זי האָט װילד געװײנט. זי האָט נאָר װאָס דערהרגעט דעם באַרימטן און מוראדיקן גענעראַל, גרעמיע סם, און זי האָט געװוּסט אַז סאַראַ פֿאַרברעכן מײנט נאָר אײן זאַך: דער טויט.

- שאַ, שטיל, האָט זענגע ביבערעק געשעפּטשעט און ער האָט פֿאַרצװײפֿלט תּנועות געמאַכט כּדי אײַנצושטילן די װײנענדיקע קראַנקן-שװעסטער. גיך װי דער בליץ האָט ער אָפּגעטראַכט אַ פּלאַן. ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז דער דאָזיקער פּלאַן איז ניט געװען קײן גוטער, פּונקט פֿאַרקערט ער דאַרף אויף תּמיד פֿאַרשװוּנדן װערן – אַ גײַסט, אַ שאָטן. אָבער װײַל ער האָט געהאַט װײניק צײַט איז קײן אַנדער ברירה ניטאָ געװען.

- װאָס איז דײַן נאָמען? האָט זענגע פֿאָרזיכטיק געפֿרעגט די קראַנקן-שװעסטער.
- בעלאַ, האָט זי כליפּעדיק געענטפֿערט.

- אָקײ, זײַ רויִק און הער זשע צו צו מיר, בעלאַ. װען די פּאָליציאַנטן און  די סאָלדאַטן װעלן אָנקומען דאָ - און גלויב מיר, זײ װעלן באַלד אָנקומען - זאָלסטו זײ דערצײלן אַז איך, זענגע ביבערעק, האָב געניצט מײַן מוח כּדי צו איבערשטאַרקן גרעמיע סם. איך האָב אים אַ קלאַפּ געטאָן מיטן טיר און דערנאָך האָב איך אים אַטאַקירט מיט דער שפּריצאָװקע. אַלצדינג איז געשען טאַקע גיך און דאָס איז לײדער אַלץ דו קענסט געדענקען. בסדר?

אַ פּאָר סעקונדעס האָבן זײ געקוקט אײנער אויפֿן אַנדערן. יעדער טײל פֿון בעלאַן האָט געציטערט פֿון שרעק, אָבער לסוף האָט זי אָֹפּגעזיפֿצט און געזאָגט:
- בסדר.

זענגע האָט ניט געװוּסט אויב זי האָט פֿאַרשטאַנען פּונקט װאָס ער האָט נאָר װאָס געפֿאָדערט פֿון איר, אָבער ער האָט ניט געהאַט גענוג צײַט צו דערװיסן זיך. האָט ער אָן אַ װאָרט אָנגעהויבן צו לויפֿן צום גרויסן פֿענצטער. אַ מזל! עס איז ניט געװען פֿאַרשלאָסן. איז ער מיט אַ שפּרונג אַװעקגעלאָפֿן פֿון שפּיטאָל.

עס איז געװען פֿינצטער און קאַלט אין די נעפּלדיקע גאַסן אין דרויסן. אָבער זענגע האָט זיך ניט געזאָרגט װעגן דער שדישן שטימונג, כאָטש ער װאָלט געװײנטלעך שטאַרק מורא געהאַט. ער איז נאָר געלאָפֿן און געלאָפֿן.

 ער איז גיך פֿאַרבײַגעלאָפֿן די מיליטער-אַקאַדעמיע אין װאָס ער איז געװען אַ סטודענט מיט נאָר אַ יאָר צוריק. ער איז געלאָפֿן דורך די דרײַ גרויסע פּאַרקן אין װעלכע ער האָט זיך געשפּילט אין די קינדישע יאָרן. ער איז געלאָפֿן בײַם שרעקלעכן דלות-געגנט מיט אָרעמקײט און צרות אין יעדן װינקל. אין דער װײַטנס האָט ער געזען זײַן אַלטע געסל, די רויטע בערגעלעך און דעם גרויען רויך פֿון די געװאַלדיקע װאָפֿן-פֿאַבריקן װוּ ער האָט געאַרבעט אַ זומער. און ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז עס איז געװען דאָס לעצטע מאָל ער האָט געזען נעפּלװיל, זײַן טײַערע הײם-שטאָט.

נאָך אַ פּאָר שעה האָט זענגע אויפֿגעהערט צו לויפֿן. ער איז געװען אויף אַן אָרט ער האָט קײן מאָל פֿריִער ניט געזען. אַ מין טרויעריקער זומפּ מיט בלאָטע און מאָדנע װילדגראָז אומעטום. אַ פֿרישער װינט איז געקומען פֿון דרום מיטן הײמישן געשמאַק פֿון נעפּלװיל. דערמיט איז זענגע ביבערעק פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, און אַ גײַסט איז געבוירן געװאָרן.