ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 2



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


ציל

דער ציל פֿון מײַן אַרבעט איז צו דערגרײכן אַ טיפֿערן קענטעניש פֿון כאַװער־פּאַװערס בוך דורך דעם, װאָס איך װעל זי שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער דעמאָלטיקער סיטואַציע. דערצו װעל איך אונטערזוכן װאָס מען קען געפֿינען אינעם פּרימערן טעקסט, דערבײַ ניצנדיק אַ מין קאַטעגאָרישן אַנאַליז.

װעגן דעם בױ פֿון דער אַרבעט

איך װעל בױען די אַרבעט לױט דעם פֿאָלגענדיקן סדר: זי װעט באַשטײן פֿון פֿיר טײלן. דער ערשטער (א) איז אַן אינטראָדוקציע װוּ איך װעל דערקלערן דעם הינטערגרונט און די קאָנסטרוקציע פֿון דער אַרבעט. אינעם צװײטן טײל (ב) װעלן זײַן די נײטיקע ביאָגראַפֿישע פֿאַקטן װעגן דעם מחבר. דער דריטער און סאַמע װיכטיקסטער טײל (ג) איז דער אַנאַליז פֿונעם פּרימערן טעקסט, דורכגעפֿירט לױט אַ רשימה פֿון ספּעציעלע קאַטעגאָריעס. איך װעל אָנשרײַבן אַ קורצע רעפֿלעקציע װעגן יעדער קאַטעגאָריע, דערבײַ געבנדיק די נײטיקע דעטאַלן פֿונעם זוזשעט. פֿאַר דער נאָטאַציע װעל איך ניצן דער האַרװאַרדער סיסטעם. דער פֿערטער טײל (ד) איז דער אױספֿיר װוּ איך װעל ערשטנס צונױפֿשטעלן די רעסולטאַטן פֿונעם אַנאַליז און דערנאָך געבן אַ פּרוּװ ענטפֿערן אױף די פֿראַגעס פֿון דער אינטראָדוקציע. ייִדישע נעמען שרײַב איך לױט דעם טראַדיציאָנעלן אופֿן.