ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 3



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל

ביאָגראַפֿיע

כאַװער־פּאַװער איז דער פּסעװדאָנים פֿון גרשון אײַנבינגער װעלכער איז געבױרן געװאָרן אין בערשאַד, פּאָדאָליע דעם אַכטן פֿעברואַר 1900. זײַן פֿאָטער איז געװען אַ װאַלד־סוחר. כאַװער-פּאַװער איז געגאַנגען אין חדר ביז ער איז געװאָרן 13 יאָר אַלט און דערנאָך האָט ער געלערנט אין פֿאַרשײדענע ישיבֿות - די לעצטע אין אָדעס. דערנאָך האָט ער געװאָלט באַקומען אַ סעקולערע בילדונג, אָבער דאַן האָט זיך אָנגעהױבן די רוסישע רעװאָלוציע. צוליב די פּאָגראָמען איז ער אַנטלאָפֿן קײן רומעניע 1921, און דאָרטן האָט ער געשריבן אין קעשענעװער איד װעגן די שױדערלעכע פּאַסירונגען אין אוקראַינע. אָט אַזױ האָט ער דעביוטירט. 1923 איז ער אַװעק קײן אַמעריקע, װוּ ער האָט זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק. דאָרטן האָט ער געאַרבעט װי אַ לערער אין די שלום-עליכם-שולן, אָבער שפּעטער איז ער אַריבער צו די שולן פֿון דער לינקער אַרבעטער־באַװעגונג. 1925 האָט מען פֿאַרעפֿענטלעכט אַ צװײ-בענדיקע אױסגאַבע מיט זײַנע מעשׂהלעך (כאַװע־רפּאַװער, 1925). דעמאָלט האָט ער שױן געשריבן לידער און מעשׂיות אין ניו־יאָרקער קינדער לאַנד און אין קינדער זשורנאַל. ער האָט אױך געשריבן אין מאָרג־ןפֿרײַהײט, װוּ ער איז שפּעטער געװאָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער. ערשטנס איז ער געװען אַ מיטגליד פֿון אוניאָן סקװער, אָבער װען מען האָט אַרױסגעגעבן לאַבזיק אין 1935 איז כאַװער־פּאַװער שױן געװען אַ מיטגליד פֿון פּראָלעטפּען (פּאָמעראַנץ, 1935). זײַן נאָענטע באַציונג צו דער אַרבעטערבאַװעגונג שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם, װאָס מען האָט אַרױסגעגעבן אַ בוך פֿון אים אױך אין מאָסקװע. שפּעטער האָט מען אים אַפֿילו איבערגעזעצט אױף רוסיש. צום באַדױערן בין איך ניט אין שטאַנד צו זאָגן עפּעס סובסטאַנציעל װעגן פּראָלעטפּענס אַלגעמײנע באַציונגען צום ראַטן-פֿאַרבאַנד. אַז מען האָט געהאַט פֿאַרבינדונגען איז קלאָר, למשל דורך דעם װאָס פּאָמעראַנץ איז געפֿאָרן דאָרטן 1935. עס זעט אױס, אַז די מיטגלידער פֿון פּראָלעטפּען האָבן ניט געקענט מסכּים זײַן װעגן די סאָװעטישע געזעצן פֿאַר שרײַבערס. די דיסקוסיע װעגן "מאָלן צוליב מאָלן" איז געװען זײער אַ היציקע אױך בײַ די פּראָלעטפּעניסטן. עס איז מיגלעך אַז די באַציונגען האָבן זיך געביטן אין משך פֿון די יאָרן. מען װאָלט געקענט גלײבן אַז כאַװער־פּאַװער האָט געשריבן בלױז פֿאַר קינדער, אָבער ער האָט אױך פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אַ סך נאָװעלן, ראָמאַנען און דראַמעס. בשעת די דרײַסיקער יאָרן שרײַבט ער אַלץ מער מיט אַ סאָציאַלן פּאַטאָס. למשל שרײַבט ער װעגן דער סיטואַציע פֿאַר די שװאַרצע אין אַמעריקע. 1939 איז ער געװען אײנער פֿון די שרײַבער װאָס האָבן געאַרבעט מיט עדגאַר אולמערס קינאָאַדאַפּטאַציע פֿון אַבראַמאָװיטשעס פֿישקע דער קרומער. 1947 האָט כאַװער-פּאַװער געװױנט אין לאָס־אַנדזשעלעס, און דאָרטן האָט מען אַרױסגעגעבן זײַן װאָװיק (כאַװער־פּאַװער, 1947). ער איז דאָרטן געבליבן ביז זײַן טױט, דעם פֿערטן דעצעמבער 1964.