ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל טײל 2

טוקט זיך אונטער, איצט!

דער געװאַלדיקער קנאַל, װאָס האָט נאָכגעפֿאָלגט, האָט אין גאַנצן איבערגעשטאַרקט דעם אָפֿיצירס באַפֿעל, און זענגע ביבערעק, נעבעך, איז געבליבן שטײענדיק װי אַ גרויסן נאַר. עס איז ניט געװען דאָס ערשטע מאָל ער האָט זיך באַנאַרישט, און יעדער מפּלה האָט געברענט די יונגע פֿעעס נשמה װי פֿלאַמען פֿון אַ רציחהדיקן פֿײַער. איצט האָט זענגע דאָך געפֿילט עפּעס אַנדערש אויך. מיטן שטורעם פֿון אומברחמנותדיקע באַלײדיקונגען פֿונעם אָפֿיציר קלינגענדיק אין די אויערן האָט ער באַמערקט אַז בלוט האָט זיך געגאָסן פֿונעם סקאַלפּ. ער האָט געפֿילט אַ שטאַרקער, שטאַרקער שמערץ און נאָך דעם איז אַלץ געװאָרן שװאַרץ.

װען ער האָט זיך אויסגעכאַפּט איז ער געװען אין אַ גאָר װײַסן צימער מיט אַ שטאַרקער, פּונקט װי װײַסער, ליכט פֿון אַ גרויסן לאָמפּ שײַנענדיק גלײַך אין די אויגן אַרײַן. עס איז אַרײַנגעפֿאַלן זענגען אַז ער איז שוין געװען ניטאָ אויף דער װעלט און אַז דער ליכט איז געװען דער באַגריסנדיקער ליכט פֿון גן-עדן. פֿאַרן ערשטן מאָל, זינט ער איז געװאָרן אַ לערנייִנגל אין דער פֿעע-גאַרדע, איז ער געװען פֿרײלעך. גליקלעך אַפֿילו.

- פֿאַרװאָס שמײכלסטו? האָט אַ מאַן מיט אַ טיפֿן קול געזאָגט, און כאָטש עס איז אים אַ ביסעלע פּריקרע געװען האָט זענגע פֿון זיך אַלײן געפֿרעגט:

- גאָטעניו? איז דאָס טאַקע דו, מײַן גאָט? 

- גאָט? כאַ, כאַ, װײ איז מיר... פֿאַר אײַך, מײַן נאַרישן חבֿר, בין איך גיכער דער שֹטן, האָט דער מאַן געענטפֿערט. אָבער לאָמיך, װי געהעריק, באַקענען זיך מיט אײַך ה' ביבערעק. מײַן נאָמען איז גרעמיע סם, איך בין דער...

- איך װײס גוט װער דו ביסט, גענעראַל סם, איז זענגע ארײַנגעפֿאַלן אין די רײד. שוין װען זענגע איז געװען אַ קינד האָט דער טאַטע דערצײלט מעשֹיות װעגן דעם בלוטדאָרשטיקן, האַרטנעקיקן גענעראַל מיט די גילדענע צײנדעלעך װאָס איצט האָבן געפֿינקלט קעגן זענגען. גרעמיע סם איז געװען דער מיליטערס הויפּט-ליקװידירער פֿון דיסידענטן, דעזערטירן און אַנדערע, װי מע זאָגט, שׂונים פֿון דעם מלכות. דערפֿאַר, רופֿט מען אים "דער פֿעע-דערהרגענער".

 װאָס מער זענגע האָט געקלערט װעגן זײַן איצטיקער סיטואַציע, אַלץ שטאַרקער אין כּעס איז ער געװאָרן. "װי קומען זײ צו שיקן 'דער פֿעע-דערהרגענער' צו אים?", האָט ער פֿאַרביטערט געטראַכט. נו, ער איז אַװדאי ניט געװען דער בעסטער קריגער פֿון דער גאַרדע, אָבער אַ שׂונא פֿון דעם מלכות?! זענגע האָט זיך צעקאָכט, און ער האָט געשריען:

- גײט אַװעק, דו מאָנסטער! װערט פֿאַרשװוּנדן! איך װעל ניט שטאַרבן בײַ די הענט פֿון אַ רוצח!

- איך האָב מורא אַז איר האָט ניט קײן אַנדער ברירה, זענגע ביבערעק, האָט גרעמיע געלאַכט. דער העכסטער ראָט מײנט אַז דו ביסט צו שלעכט און צו נישטיק אין אַלגעמײן צו זײַן אַ מיטגליד פֿון דער גאַרדע, און מע מײנט װײַטער אַז דו װײסט װעגן צו פֿיל קלאַסיפֿיצירטע אינפֿאָרמאַציע צו באַקומען אַן אַנדער אַרבעט אויפֿן אינדזל. װעל איך דיר אַצינד טערמינירן.
גרעמיע סם האָט אויפֿגעהויבן די שפּריצאָװקע װאָס ער האָט געהאַלטן אין זײַן רעכטע האַנט דורכן גאַנצן שמועס, און זענגע האָט געװוּסט אַז דער סאַמע סוף איז געקומען.

פּלוצלינג איז די טיר מיט אַ שװוּנג עפֿנט געװאָרן און זי האָט זיך אָנגעשלאָגט אין דער פּלײצע פֿון גרעמיע סם, װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן צו דער פּאַדלאָגע מיט אַ געװאַלדיקן טראַסק.

- אוי, אַנטשולדיקט מיר, האָט די קראַנקן-שװעסטער, װאָס איז נאָר װאָס אַרײַנגעקומען װי אַ שטורעם אין צימער אַרײַן, געזאָגט. אָבער דער גענעראַל האָט ניט געענטפֿערט, נאָר ער איז געבליבן שטיל אויף דער פּאַדלאָגע, מיטן שפּיץ פֿון דער שפּריצאָװקע אַרויסשטעקנדיק פֿון דער באַק, טויט װי אַ שטײן.