ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 4


עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל

אַנאַליז

קאַטעגאָריע 1: לאַבזיק אַלײן


װער איז לאַבזיק, און װאָס איז זײַן פֿונקציע? - לאַבזיק איז אַ קלוג הינטעלע - מסתּמא אַ לאַבראַדאָר. לאַבזיק איז אַ קריזיס-הינטעלע, דאָס הײסט אַז די מענטשן בײַ װעלכע ער װױנט האָבן אים ניט געקענט געבן עסן. דערװײַל לאָזן זײ אים איבער אױף דזשעקסאָן עװעניו סטײשאָן מיט אַ צעטעלע אױפֿן העלדזל, װוּ זײ בעטן גוטע מענטשן אים אַרײַנצונעמען צו זיך אין שטוב אַרײַן. לאַבזיק האָט טאַקע מזל. עס קומט בערל דער אַפּרײטער מיט דער באַן פֿון דער אַרבעט, געפֿינט לאַבזיקן אײנער אַלײן אױף דער פּלאַטפֿאָרמע, װיקלט אים אײַן אין דער מאָרג־ןפֿרײַהײט און טראָגט אים אַהײם צו זײַן משפּחה (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 3).

עס איז גאָר אַ באַטײַטפֿולע זאַך אַז לאַבזיק איז דאָס קריזיס-הינטעלע. באַלד באַקומט מען דעם גאַנצן סצענאַר; ניו־יאָרק אין די דרײַסיקער יאָרן, אין דער צײַט פֿון קריזיס. מען נעמט אָן לאַבזיקן אין דער משפּחה ברײטהאַרציק - אַ סימן פֿןן זײער גוטסקײט - מיט אַנדערע װערטער; זײער געפֿיל פֿאַר גוטע (אױף אידעאָלאָגיע געגרינדעטע) האַנדלונגען. מיר װײסן אַז בערל איז אַ גוטער צוליב צװײ פֿאַקטן: ערשטנס צוליב דעם װאָס ער האָט רחמנות אױפֿן קריזיס-הינטעלע, און צװײטנס צוליב דעם װאָס ער לײענט מאָר־גןפֿרײַהײט. מען דאַרף אױך אַכטונג געבן אױף דער משפּחה װי אַן אידעאַל. דאָס הײסט; דער קאָלעקטיװ װי אַן אידעאַל. דער קאָלעקטיװ העלפֿט דעם אינדיװיד. דער בידנער מענטש װאָס איז ניט אַ טײל פֿון אַ קאָלעקטיװ איז אַזױ װי אַ הינטעלע אָן אַ הײם.

לאַבזיק איז ניט נאָר אַ חנעװדיק הינטעלע, אָבער אױך אַ מין דידאַקטישער אינסטרומענט. די קינדער אין דער משפּחה טוען ניט קײן שלעכטע זאַכן. אָבער לאַבזיק האָט נאָך ניט געקראָגן קײן אידעאָלאָגישע דערציונג, און צוליב דעם פֿירט ער זיך אַ מאָל שלעכט. די דאָזיקע שלעכטע זאַכן זײַנען נעגאַטיװע בײַשפּילן, אָבער לאַבזיק האָט אױך אַ פּאָסיטיװע ראָלע דורך דעם װאָס ער טוט אױסגעלערנטע אָדער אינטויִטיװע גוטע אַקציעס. די מעשׂיות זײַנען װעגן לאַבזיקס אַנטװיקלונג.

לאַבזיק האָט דער פֿונקציע פֿון אַ נאָרמאַל קינד, װײַל די קינדער אין בערלס משפּחה זײַנען אידעאַלע (אידעאָלאָגישע) און קענען ניט קײן שלעכטס טאָן. לאַבזיק איז װיכטיק כּדי מיר זאָלן האָבן עמעצן מיט װעמען מיר קענען זיך אידענטיפֿיצירן. כּדי מיר זאָלן זיך ניט אידענטיפֿיצירן מיט אַן אין גאַנצן נעגאַטיװן פֿיגור באַקומט לאַבזיקן אָפֿט מאָל אַ העלדישע ראָלע. למשל װען רבֿקה (בערלס טאָכטער) װערט געפֿערלעך קראַנק און לאַבזיק לױפֿט ברענגען דעם דאָקטער (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 57).

לאַבזיק ניצט מען אױך צו אילוסטרירן סאָציאַלע אומרעכט, צום בײַשפּיל װען לאַבזיק שפּילט אַ ליבע מיט אַ הינטעלע װאָס װױנט בײַ רײַכע מענטשן. די רײַכע בעל־יבתּים  קענען ניט דערלײַדן אַזאַ אַ קבצנישן קאַװאַליר, און לאַבזיק איז אָנגעװאָרן זײַן חבֿרטאָרין (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 52).