ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 10



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 5: דער קאָלעקטיװ (און דער אינדיװיד) (המשך)



איצט קומען מיר צו די ניט דערלױבטע האַנדלונגען פֿונעם צװײטן מין, די װאָס האָבן גוטע קאָנסעקװענצן. לאַבזיק איז אַ מין אַקטיװיזט. דאָס הײסט, ער טוט אידעאָלאָגישע זאַכן, כאָטש עס איז ניט דערלױבט. װען בערל גײט פּיקעטירן צוזאַמען מיט זײַן משפּחה, האָבן זײ לאַבזיקן צוגעבונדן צום בעט מיט אַ שטריק. אָבער װען זײ װאַרטן אױף דער באַן איז לאַבזיק שױן דאָרטן. ער האָט דאָס שטריקעלע צעביסן מיט זײַנע שאַרפֿע צײנדלעך. לאַבזיק גײט אױך פּיקעטירן, און בײַם סוף ראַטעװעט ער בערלן פֿונעם באָס און די גענגסטערס (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 45). לאַבזיקס העלדישע ראָלע אין אָט דעם פֿאַל װײַזט אױפֿן קאָלעקטיװס אָפּהענגיקײט אינעם אינדיװיד. אַן ענלעכע זוזשעט האָבן מיר אין דער לעצטער מעשׂה אינעם בוך. בערל װעט פֿאָרן קײן װאַשינגטאָן צו גײן אינעם הונגער-מאַרש. אַלע װילן מיטפֿאָלגן, אָבער עס איז פּשוט ניט דערלױבט. לאַבזיק גנבֿט זיך אַרײַן אין בערלס רענצל, און פֿאָרט אַזױ אױך קײן װאַשינגטאָן. אָבער װען די הונגעריקע אַרבעטער זײַנען אָנגעקומען לעבן װאַשינגטאָן זײַנען געקומען פּאָליסלײַט און האָבן זײ אַרומגערינגעלט. װאָס טוט מען? מען דאַרף בעטן די חבֿרים אין װאַשינגטאָן, זײ זאָלן קומען העלפֿן. װי קומט דאָס קעצעלע אַריבער דאָס װאַסער? מען האָט דאָך אַ קלוג הינטל, לאָזט מען אים לױפֿן קײן װאַשינגטאָן, איבערצוגעבן אַ בריװ צום ערשטן מענטשן װאָס האַלט אַ רױטע פֿאָן. און עס האָט טאַקע געהאָלפֿן. װען זײ מאַרשירן איבער די װאַשינגטאָנער גאַסן זאָגט בערל לאַבזיקן:

- ביסט אַ נאַרישער לאַבזיק. ס'פּאַסט דיר איצט ניט צו שפּרינגען אין דער לופטן, װײל דו ביסט אַ העלד. פאַרשטײט ניט לאַבזיק װאָס עס מײנט דאָס װאָרט ,,העלד'', און ער מאַכט שטיק און כײנדלעך אָן אַ שיר. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 77)

מען האָט געפֿאָלגט לאַבזיקס אַנטװיקלונג, און איצערט איז ער - אפֿשר - אױפֿגעװאַקסן.