ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 11




עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 6: טראַדיציע און אידעאָלאָגיע

צי האָט די ייִדישע טראַדיציע אַ פֿונקציע אינעם בוך? דער פֿאַקט אַז מען האָט געגעבן די גלאַװנע ראָלע צו אַ הונט, װאָלט מען אַװדאי געקענט טײַטשן װי אַ סימן פֿון אַ ניט־טראַדיציאָנעלער דערצײלונג. אָבער לאָמיר זיך ניט אָפּשטעלן מיט דעם. איך האָב דאָס ביכעלע דורכגעײענט און דערװײַל געזוכט סימנים פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. איך האָב געפֿונען גאָרניט. ניט קײן שבת, ניט קײן כּשרת און ניט קײן יום-טובֿ. גאָרניט מיט גאָרניט.

עס איז מיר געלעגן אין זינען צו שרײַבן אַ פּאָר װערטער װעגן דער אונטערשײד צװישן טראַדיציאָנעלער און אידעאָלאָגישער דערציונג. איצט פֿאַרשטײ איך, אַז עס ניטאָ קײן אונטערשײד. איך מײן אַז כאַװער-פּאַװער און די אַנדערע פּראָלעטפּעניסטן האָבן געװאָלט באַשאַפֿן אַ נײַע,  אַ װעלטלעכע אידעאָלאָגיע װאָס װאָלט געקענט דינען װי אַ מין רעליגיע פֿאַר די ייִדישע אַרבעטער-מאַסן. די נײַע טראַדיציע איז אידעאָלאָגיע. זײ זײַנען די זעלבע זאַך, צוליב דעם װאָס זײ האָבן די זעלבע פֿונקציעס (דאַרפֿסט װיסן װער דו ביסט, און װאָס צו טאָן).