ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 12



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 7: שטײגער

לאָמיר רעדן װעגן דעם נאַראַטיװן שטײגער, װאָס איז זײער שטאַרק אַנטװיקעלט אין לאַבזיק. מען הערט טאַקע דעם דערצײלערס קול. ער רעדט גלײַך צום צוהערער, אַקוראַט װי עס װאָלט ניט געװען קײן גרענעצן צװישן זײ. כאַװער-פּאַװערס דערצײלערישער שטײגער איז אַ גוטמוטיקער, און זײער אַ שפּילעװדיקער. אַזױ איז לאַבזיק גוט צוגעפּאַסט צום לײענען אױף אַ קול. דאָס בוך איז טאַקע גוט אױסגעטראַכט; עס איז צוגעפּאַסט אי פֿאַר קלײנע קינדער (װעלכע פֿלעגן ליב האָבן איבערחזרונגען), אי פֿאַר עלטערע קינדער (דורך די אַנטװיקלטע זוזשעטן).

דאָס בוך איז אָנגעשריבן לױט דער סאָציאַלרעאַליסטישער אידעאָלאָגיע, מיט אַ שטאַרקן סאָציאַלן פּאַטאָז. אָבער עס שאַדט ניט. פֿאַרקערט - די געשטאַלטן אינעם בוך קומען נעענטער דורך דעם. אָבער אפֿשר ניט אַזױ נאָענט װי זײ זײַנען אַ מאָל געװען פֿאַר די ייִדישע קינדער אין ניו-יאָרק.