ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 13





עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל

קאַטעגאָריע 8: שפּראַך

איך האָב געמײנט, אַז עס װעט זײַן אַ סך רוסישע װערטער פֿונעם פּאָליטישן מין, אָבער עס הײבט זיך גאָרניט אָן. כּמעט אַלע פּאָליטיזירטע װערטער זײַנען געװען ענגלישע. טײל מאָל קומען זײ אין גאַנצע רײען:

זײַנען מוליק און ריפקעלע געגאַנגען אַהײם מיט אַ פול קעסטעלע, פרײלעכע, און געזונגען: - סאָלידאַריטי פאָרעװער, סאָלידאַריטי פאָרעװער. לאַבזיק האָט ניט געקענט זינגען, האָט ער געטאַנצט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 15)

        אַ מאָל האָבן אַמעריקאַנער װערטער אַ נײטראַלע פֿונקציע:

ס'זאָל זײן לײכטער צו צאָלן די רענט. כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 16)

אײן שורה מײן איך האָט אַ הומאָריסטישן פֿונקציע. משהל דער בױסקאַוט זעט דאָס ערשטע מאָל לענינס פּאָרטרעט און זאָגט:

- הו איז דהיס גאַי, עניװײ? (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 41)

דער ענין פֿון צװײשפּראַקיקײט שפּיגלט זיך אָפּ אינעם פֿאָלגענדיקן ציטאַט װוּ בערל רעדט מיט ניט-ייִדישע חבֿרים:

- אַ קאַפּאָרע, דו זעסט, װאָס פאַר אַ גוטע כאַװײרים מיר האָבן אין יעדער שטאָט! מען גיט אונדז קאַװע און סענדװיטשעס.  רופט זיך אָן דער נעגער: - אַ קאַפּאָרע, װאַט איז דעט? האָט בערל ניט געקענט דערקלערן, װאָס עס מײנט אַ קאַפּאָרע, און ער האָט געזאָגט: - אָ, אַ קאַפּאָרע איז נאָטינג, באָט די סענדװיטשעס און קאָפע. - אָ, - מאַכט דער נעגער - סענדװיטשעס און קאָפע, דעטס רײט, דעטס רײט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 70)

דאָס אײנציקע רוסישע װאָרט אין בוך איז טרוס (כאַװער-פּאַװער, 1935. ז. 36). אױף ייִדיש הײסט עס אַ פּחדן.

דער אױסלײג אין לאַבזיק איז אַנדערש פֿונעם סאָװעטישן און דעם אַלטמאָדישן שטײגער מיט אַ סך מאָדנע ה:ען. דער ייִװאָ-אױסלײג איז געקומען 1937. עס דאַכט זיך מיר, אַז פּראָלעטפּען האָט געהאַט אַן אײגענעם אױסלײג. אָט האָט איר דעם אױסלײג:

1. מען שרײַבט אַלע לשון-קודשדיקע װערטער פֿאָנעטיש.
2. מען ניצט אי פּתח-אַלף אי קמץ-אַלף.
3. מען ניצט אַן אַלף אָנשטאָט מלופּן-װאָװ.
4. מען שרײַבט אַף, אָבער אױף מײנט אוף.
5. מען שרײַבט באַ.
6. מען שרײַבט קײן.
7. מען שרײַבט פּינטל און פױגל.
8. מען ניצט ניט קײן פּתח-צװײ-יודן.
9. מען ניצט די סוף-אותיות.

מען װאָלט געקענט רעדן װעגן װי אַזױ דער פֿאָנעטישער אױסלײג האָט פֿונקציאָנירט אידעאָלאָגיש בײַ דער קאָמוניסטישער באַװעגונג, אָבער איך פֿיל ניט אַז איך האָב גענוג קענטעניש װעגן דעם צו קענען זאָגן עפּעס זיכער. מײַן אײַנדרוק איז אַז די דעבאַטע װעגן אױסלײג איז צופֿיל קאָלאָרירט פֿון פּערזענלעכע געפֿילן און פּרעפֿערענצן. רעפֿאָרמען פֿון אױסלײג איז ניט קײן נײַע זאַך אױף דער װעלט. אפֿשר קען מען פֿאַרבינדן דעם פֿאָנעטישן אױסלײג מיט די רעפֿאָרמען װאָס לענין האָט דורכגעפֿירט מיט רוסיש 1917. דער ציל דערפֿון איז געװען צו באַקעמפֿן דעם פֿאַרשפּרײטן אַנאַלפֿאַבעטיזם. װי עס קריסטלט זיך אַזױ ייִדלט עס זיך? איך גלײב אָבער, אַז אַנאַלפֿאַבעטיזם איז ניט געװען אַזױ פֿאַרשפּרײט בײַ די ייִדן װי בײַ די רוסן. הײַנט צו טאָג אָבער, איז די מעשׂה גאָר אַנדערש. די צרה מיט אַ פֿאָנעטישן אױסלײג ליגט אָבער אין דעם, װאָס עס װעט מסתּמא זײַן שװער פֿאַר יענעם װאָס איז צוגעװױנט צום לײענען דעם פֿאָנעטישן אױסלײג צו לײענען ביכער אין װעלכע  מען האָט געדרוקטע די לשון-קודשדיקע װערטער אױפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן. צום סוף װעל איך אײַך דערמאָנען אין דעם, װאָס דער אױסלײג בײַ פּראָלעטפּען איז ניט די זעלבע זאַך װי סאַװעטישן אױסלײג