ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 5



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל

קאַטעגאָריע 2: די קינדער


לאָמיר זיך איצט קערן צו די קינדער און זײערע פֿונקציעס. ערשטנס; װער זײַנען זײ? - אין לאַבזיקס נײַע הײם זײַנען צװײ קינדער, אַ שװעסטערל און אַ ברודערל: רבֿקה און מוליק. די קינדער זײַנען, װי אױבן דערמאָנט, אידעאַלע געשטאַלטן (פֿונעם אידעאָלאָגישן קוקװינקל), און צוליב דעם באַקומען זײ אַ גאָר באַזונדערע פֿאַרבינדונג צו לאַבזיקן. לאַבזיק איז ענלעך צו אַ קלענערן ברודערל, װאָס שעמט זיך צוליב דעם װאָס ער גײט נאָך ניט אין שול. צום סוף גײט ער טאַקע צוזאַמען מיט מוליקן אין שול אַרײַן, אָבער ער שטערט די קינדערלעך בשעת זײ זינגען דעם אינטערנאַציאָנאַל (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 6). אין שײַכות מיט דעם װעל איך אױך נעמען דעם געלעגנהײט צו דערצײלן אַז די קינדער גײען אין צװײ שולן. זײ גײען אי אין פּאָבליק סקול אי אין דער ייִדישער אַרבעטער קינדער שול.

די קינדער זײַנען אידעאַלע קינדער, אָבער זײ האָבן ניט קײן ראָלעס פֿון "קלײנע דערװאַקסענע". אַ מאָל טוט זיך אַז זײ שפּילן זיך מיט די אַטריבוטן פֿון דערװאַקסענע. איך װעל דאָ פֿאָרשטעלן אַ משל אין דער פֿאָרעם פֿון אַ ציטאַט:

 זעט אָבער ריפקעלע, װי לאַבזיק קוקט אַף איר מיט זײנע קלוגע אײגעלעך, אַקוראַט װי דאָס װאָלט אױך געװאָלט װיסן װאָס זי רעדט. נעמט זי זיך אים צו דערקלערן: - טעלמאַן, לאַבזיק - שטרעקט זי צו אים אױס אַ פינגער פּונקט װי די לערערן טוט דאָס - טעלמאַן איז אַן אַרבעטער פירער אין דײטשלאַנד. פאַרשטײסט? (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 11)
מיר זעען דאָ װי רבֿקה פֿירט זיך װי אַ לערערין בשעתן שמועס מיט לאַבזיקן, אָבער זי האָט ניט די פֿונקציע פֿון אַ לערערין. זי האָט די פֿונקציע פֿון אַ שװעסטער װאָס שפּילט זיך מיטן ברודערל. אָבער זי האָט פֿאָרט אַ דידאַקטישע פֿונקציע פֿאַר די לײענערס. דאָס װערט קלאָר דורכן פֿאָלגענדיקן ציטאַט:

- לאַבזיק, דו װײסט דאָך כאָטש, װאָס הײסט אַ סטרײק? אַף דערױף האָט ער אַ שאָקל געטאָן מיט די אױערן. ס'הײסט, אַז ער פאַרשטײט יאָ, װאָס עס הײסט אַ סטרײק. װײסט דאָך ריפקעלע, אַז ער איז אַ גרױסער ליגנער און פאַרשטײט ניט, װאָס עס הײסט אַ סטרײק גיט זי אים צו פאַרשטײן: - אַ סטרײק - מאַכט זי - איז אַזאַ זאַך, װען די אַרבעטער װילן מערער ניט אַרבעטן, ביז דער באָס װעט זײן גוט צו זײ. פאַרשטײסט? (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 48)
די אידעאָלאָגיע בײַ די דערװאַקסענע שפּיגלט זיך אָפּ בײַ די קינדער. די קינדער זײַנען אױך אָנטײלנעמער אין דער סאָציאַליזטישער אַרבעט. מען װיל זײ אַקטיװירן. אַזױ גײען די קינדער אַרום מיט אַ פּושקע און קלײַבן געלט צו ראַטעװען טעלמאַנען פֿון דער דײַטשישער טורמע (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 11).