ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 6


עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל




קאַטעגאָריע 3: די עלטערן


אױב די קינדער זײַנען אידעאַלע זײַנען די עלטערן מסתּמה לײַטישע מענטשן. לאָמיר אָנהײבן מיטן טאַטן, װעלכן װערט פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט דער מאַמען אינעם קומענדיקן ציטאַט:

בערל דער אַפּרײטער האָט גרױסע שװאַרצע אױגן, װאָס לאַכן שטענדיק. ער האָט אױך אַ װײב אַ בעריע, װאָס הײסט מאַלי. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 4)

כּדי איר זאָלט באַקומען אַן אימאַזש פֿון זײער רעלאַציע װעל איך אײך געבן נאָך אַ ציטאַט:
- אױב אַזױ - מאַכט די מאַמע - לאָמיר זשע אָפּעסן װעטשערע און זיך לײגן שלאָפן, װעל איך מיט דיר מאָרגן גײן צום שאָפּ און דיר העלפן סטרײקן. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 46)

די סטרוקטור פֿון דער פֿאַמיליע איז אין גאַנצן אַ טראַדיציאָנעלע (פֿונעם פֿעמיניסטישן שפּאַקטײװ), אָבער מײַן אַנאַליז נײטיקט זיך אײגענטלעך ניט אין מײַן פּערזענלעכער פֿעמיניזטישער אידעאָלאָגיע. איך װעל פֿאָרט געבן אַ פּרוּװ עפּעס געװױער צו װערן װעגן דער מאַמען. זי אַרבעט ניט, אָבער מען דאַרף געדענקען אַז די מענער האָבן דעמאָלט געאַרבעט אין די שעפּער ביז שפּעט אין אָװנט. אין אײנער פֿון די דערצײלונגען פּיקעטירן די אַרבעטער מיט פּאַפּירן אױף װעלכע עס שטײט אָנגעשריבן: מיר װילן קומען אַהײם פארפרי און זיך שפּילן מיט אונדזערע קינדערלעך (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 48). נו, מאַלי אַרבעט ניט, אָבער װען בערל װערט אַרבעטלאָז גײען זײ בײדע זוכן אַרבעט. איך גלײב ניט אַז דאָס איז קײן סימן פֿון פּראָגרעסיװער אידעאָלאָגיע. דער זוזשעט אין אָט דער דערצײלונג נײטיקט זיך אין דעם, װאָס די טאָכטער דאַרף זײַן אַלײן מיט לאַבזיקן אין שטוב (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 57). אָבער עס דאַכט זיך מיר, אַז די מאַמע איז אַ מין אַקטיװיסט. װען די אַרבעטער גײען פּיקעטירן קומט זי אױך. אין דער אמתן גײט די גאַנצע משפּחה פּיקעטירן. די פֿאַמיליע איז אַן אײניקײט - אַ קאָלעקטיװ. אין לאַבזיק שטײט קאָלעקטיװיזם העכער פֿון פֿרױען-רעכט. די פֿרױ איז דאָך אַ טײל פֿונעם קאָלעקטיװ און מען װעט זי אױך באַפֿרײַען, אָבער ניט װי אַן אינדיװיד. 

דער טאַטע פֿאַרנעמט זיך אַקטיװ אין דער אַרבעטער-באַװעגונג. בשעתן שטרײַק װערט ער אַן אַגיטאַטאָר, און דערבײַ באַקומט ער אַ דידאַקטישע פֿונקציע ענלעך צו רבֿקהס, כאָטש זי רעדט צום הינטעלע און ער צו די אַרבעטער, אַז מיר װעלן װעלן זען פֿון אַ ציטאַט:

דאָרטן איז געװען דער שאַפּ, װאו בערל האָט געאַרבעט. 8 מענער, װאָס האָבן ניט געװאָלט אַראָפּגײן אין סטרײק, זײנען נאָך דאָרטן געזעסן און גענײט באַ די מאַשינען. אַז בערל איז אַרײן, האָבן אַלע אױפגעהױבן די קעפּ און בערל טוט אַ זאָג צו זײ: - קומט אַראָפּ, לאָמיר סטרײקן, װײל אַז מיר װעלן אַלע סטרײקן, װעט דער שאַפּ בלײבן לײדיק, און אַז ער װעט בלײבן לײדיק, װעט דער באָס זען, אַז ס'איז ניט גוט, װעט ער װערן בעסער צו אונז. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 49)

װען איך האָב אָנגעהױבן שרײַבן דעם אַנאַליז איז עס געװען מײַן מײנונג, אַז אײנע פֿון די פֿונקציעס פֿונעם בוך איז געװען צו אינפֿאָרמירן די קינדער װעגן טרױעריקע זאַכן; למשל, װאָס װעט זײַן אױב דער טאַטע װעט פֿאַרלירן זײַן אַרבעט. אָבער איצט האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז אַרבעטלאָזיקײט איז שױן געװען גאָר אַ באַקאַנטע זאַך בײַ די ייִדישע קינדער אין ניו-יאָרק. אַ גרױסער טײל פֿון זײ האָבן געליטן פֿון הונגער, צוליב די גרױסע דעפּרעסיע װאָס איז פֿאָרגעקומען נאָכן "קראַש" אױף דער בערזע 1929. דערפֿאַר זײַנען די טעמעס נאַטירלעכע זאַכן אינעם בוך. דאָס בוך האָט אַן ענטפֿער: סאָלידאַריטעט.