ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 7




עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 4: די אַנדערע


איצערט זײַנען מיר שױן פֿאַרטיק מיט דער גאַנצער סדרה משפּחה, און עס איז געקומען די צײַט אַ קוק צו טאָן אױף בערלס משפּחהס באַציונגען צו אַנדערע מענטשן און גרופּעס אין דער אַרומיקער װעלט. זײערע באַציונגען קענען מיר צעטײלן אױף פּאָסיטיװע און נעגאַטיװע. לאָמיר זיך דערװײַלעטשקע אָנהײבן מיט די פּאָסיטיװע. די שװאַרצע פֿאַרנעמען אַ באַזונדערן אָרט אינעם בוך. װען בערל פֿאָרט קײן װאַשינגטאָן חבֿרט ער זיך מיט אַ שװאַרצן אַרבעטער, און פֿון בערלס באַציונג מיט אים פֿאַרשטײען מיר אַז כאַװער-פּאַװער איז אַ פֿאָרטרעטער פֿאַר פּלוראַליזם. זײער ערשטן שמועס האָט איר דאָ:

דערנאָכדעם אוז בערל צוגעגאַמגען צו אַ נעגער מיט גרױסע אױגן און געזאָגט: - האַו  דו יו דו. מײן נאָמען איז בערל דער אַפּרײטער פון די בראָנקס. װי אַזױ איז דײן נאָמען? - מײן נאָמען - האָט יענער געענטרפערט מיט אַ שמײכל - איז טאם לינקאָלן, און איך בין פון פּיטסבורג, פּענסילװײניע, און איך בין אַ מײנער. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 69)

 קײן װאַשינגטאָן פֿאָרן זײ אױף משׂא-אױטאָס, און טאָם װערט פֿאַרקילט. בערל װיל אים טרײסטן.
טאָם לינקאָלן האָט זיך צוגעקילט און אָנגעהױבן הוסטן. דער קאָפּ איז אים געװען  זײער הײס. ער איז געלעגן  צוגעדעקט מיט עטלעכע מאַנטלען, אָבער עס איז אים װאַרעמער פון דעם ניט געװאָרן. ער האָט געציטערט און געמאַכט: - אױ, אױ, אױ. בערל דער אַפּרײטער איז געזעסן לעבן אים און אים געטרײסט. און לאַבזיק האָט טאָמען געלעקט דאָס פּאָנעם. בערל האָט אַזױ געזאָגט: - קרעכץ ניט, כאַװער טאָם. מיר זײנען שױן צװײ מײל פון װאַשינגטאָן. דאָרטן װאַרטן שױן אונדזערע כאַװײרים, די אַרבעטער, מיט רױטע פאָנען און מיט מוזיק. מיט סענדװיטשעס און מיט הײסער קאָפע. מען װעט דיר אַרײננעמען אין אַ װאַרעם הױז מיט אַ װײס בעט. מען װעט ברענגען אַ דאָקטער, װעסטו געזונט װערן. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 72)

צוליב דעם קאָלעקטיװיסטישן געדאַנק זײַנען גרופּעס װיכטיקע. עס מאַכט ניט אױס צי די גרופּעס באַשטײען פֿון קינדער אָדער דערװאַקסענע. סאָלידאַריטעט איז סאָלידאַריטעט, אַז מיר װעלן זען פֿון די פֿאָלגענדיקע צװײ ציטאַטן:

נױעך האָט אָנגעױבן: - כאַװײרים: די קינדער האָבן צום ערשטן מאָל געהערט דאָס װאָרט ,,כאַװײרים'', האָבן זײ געשמײכלט און זיך געפילט גוט. - כאַװײרים, אין דער שול הונגערן אַ סאַך קינדער, װעלן מיר שװײגן? - נײן - ענטפערן זײ אַלע װי אײן מענטש. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 35)
רופט זיך אָן מוליק: ,,ער שלעפּט אונדז אין טורמע, װײל מיר זאַמלען געלט צו ראַטעװען טעלמאַנען, װײל דער פּאָליסמאַן איז פאַר די רײכע.'' - טעלמאַן, - מאַכן די אַרבעטער, אונדזער כאַװער טעלמאַנען, אײ דו פּאַסקודנער קאַפּ, אײ דו אַזױנער און אַזױנער. און אַלע אַרבעטער שפּרינגען אַרױף אַפן פּאָליסמאַן. װאַרפן אים אום צום ערד, רײסן פון אים אַרױס דאָס קעסטעלע. װען דער פּאָליסמאַן איז שױן געלעגן צעלײגט אַף דער ערד, איז לאַבזיק צוגעלאָפן צו אים און אים אַ ביס געטאָן אין אױער. דאָס האָט ער זיך שױן אָפּגערעכנט פאַר שלאָגן אים אין בױך אַרײן, און פאַר אַלצדינג. האָבן די אַרבעטער זיך געכאַפּט צו די קעשענעס. װער ס'האָט אַרױסגענומען אַ פּעני, װער אַ ניקל און װער אַפילו אַ דײם. מען האָט אָנגעפילט דאָס קעסטעלע ביז אַרױף. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 14)