ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 8



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?

אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק

פֿון זשאַן העסל

קאַטעגאָריע 4: די אַנדערע (המשך)


שױן אָפּגערעדט פֿון פּאָסיטיװע באַציונגען קערן מיר זיך צו די נעגאַטיװע. קלאַס שפּילט דאָ אַ װיכטיקע ראָלע. פּונקט דערפֿאַר הײבן מיר אָן מיט די בורזשויעס. ערשטנס האָבן מיר משהל דעם בױסקאַוט, און אַז ער איז אַ שלעכטער װײסן מיר זיכער, װײַל ער װיל צעשערן לענינס פּאָרטרעט (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 40) כּדי איר זאָלט זיך גרינגער קענען פֿאָרשטעלן משהלען האָב איך אױסגעקליבן די קומענדיקע שורות:

װאָס זשע, איר קענט ניט מױשלען? דאָס איז דאָך מױשל, װעמעס טאַטע האָט אַ גרױסע רײכע גראָסערי אונטן מיט דער טיר צו דער גאַס צו. מױשלס טאַטע האָט אַ לאַנגע באָרד און מױשל אַלײן איז אַ בױסקאַוט. אָט דער מױשל קומט אַרײן אָפט צו בערלען דעם אַפפרײטער אין הױז זיך קריגן מיט מוליקן און ריפקעלען. מױשל האָט אױך ליב צו שפּײען אין דער לופטן. װאָס העכער דער שפּײ פליט אין דער לופטן, אַלץ מערער איז ער צופרידן. װען לאַבזיק האָט דאָס ערשטע מאָל דערזען מױשלען אַ שפּײ טאָן אין דער לופטן, האָט ער געטראַכט באַ זיך: פע, ער איז אַ גראָבער יונג. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 40)

אױב מען װיל געװױער װערן װאָס בערל טראַכט װעגן די רײַכע, איז עס כּדאי אַ קוק צו טאָן אױף װאָס ער זאָגט צו דער רײַכער פֿרױ, װעלכע דערלאָזט ניט לאַבזיקן זיך צו שפּילן מיט איר הינטעלע:
- הער זשע אױס, דו רײכע גאָרניטשקע, דו פאַרנעמסט זיך פון דאַנען, אַז ניט פליסטו באַ מיר פון די טרעפּ. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 56)

די הונגעריקע ארבעטלאָזע זײַנען געגאַנגען צום סיטי האָל, זיך צו באַקלאָגן פֿאַרן מעיאָר. איז - לאָמיר לײענען איטלעכע װערטער װעגן דעם ניו-יאָרקער מעיאָר:

דער מעיאָר האָט אָבער מױרע געהאַט אַרױסצוגײן צו די הונגעריקע אַרבעטער, װײל ער אַלײן איז זאַט, האָט אַ סאַך געלט, און עס איז אים װאַרעם אינעװײניק אין סיטי האָל, װאָס-זשע װעט ער אַרױסגײן אינדרױסן, אַז עס איז דאָרטן קאַלט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 61)

און איצט איז די צײַט געקומען אַ קוק צו טאָן אױף די באַדינער בײַ די רײַכע. אונדזער ערשטער משל איז אַ פּאָליציאַנט. ער איז אַ ביסל ענלעך צו אַ קאָזאַק, און זײַן פֿונקציע אין דער דערצײלונג דערמאָנט אין דער טראַדיציאָנעלער פֿונקציע פֿון הינט אין ייִדישע דערצײלונגען. די אַמאָליקע פּריצים האָבן זײערע הינט טרענירט צו דערקענען מענטשן װאָס זײַנען אָנגעטאָן אין אַ קאַפֿטן מיט אַ קאַפּל.

פּלוצלונג קומט אָן אַ גרױסער, אַ הױכער, אַ שטאַרקער פּאָליסמאַן מיט אַ קלאָב, גיט אַ כאַפּ ס'קעסטעלע פון ריפקעלעס האַנט און זאָגט: - ביסט אַרעסטירט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 13)
דער געניטער לײענער װײסט מסתּמה אַז עס געװען אַן אָנגענומענע זאַך בײַ די בעלי-בתּים פֿון די שעפּער צו באַצאָלן גענגסטערס זײ זאָלן שלאָגן די אַרבעטער װען זײ האָבן פּיקעטירט די שעפּער. די דאָזיקע גזלנים האָבן ניט געמאַכט קײן אונטערשײד צװישן מענער און פֿרױען, און די פּאָליציאַנטען האָבן זײ מיטגעהאָלפֿן. אױך דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אינעם בוך:

יענער מײנט, אַז בערל זאָל זיך אומקוקן, װײל מען גײט אים שלעכטס טאָן. בערל אָבער פארשטײט ניט און קוקט זיך ניט אום, און זעט ניט, װי דער באָס מיט צװײ גענגסטערס לױפן צו צו אים מיט אַ שטריק פון הינטן אַרומעט. גיט לאַבזיק אַ שפּרונג אַרױף אַף זײ מיט זײנע שאַרפע צײנדלעך, אָבער ער כאַפּט אַ שװערן בריקע אין קאָפּ און כאַלעשט אַװעק. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 50)