ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 9



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 5: דער קאָלעקטיװ (און דער אינדיװיד)


װאָס װעט זײַן אױב מען פֿאָלגט ניט די געזעצן בײַם קאָלעקטיװ? די ניט דערלױבטע האַנדלונגען קענען מיר צעטײלן אױף צװײ טיפּן; די װאָס האָבן נעגאַטיװע קאָנסעקװענצן און די װאָס האָבן פּאָסיטיװע קאָנסעקװענצן.

מיר הײבן אָן מיט אַקציעס װעלכע װערן באַשטראָפֿן. לאָמיר זען װאָס טוט זיך אַז לאַבזיק זעט דאָס ערשטע מאָל אַ שװאַרץ ייִנגל. איך װעל דאָ אױפֿשטעלן אַ לאַנגע רײ ציטאַטן כּדי איר זאָלט בעסער פֿאַרשטײן די פּראָצעסן. אינעם ערשטן ציטאַט האָבן מיר עלעמענטן פֿון אָסטראַנעניע.

דער אינגל האָט געהאַט געקרײזלטע האָר. דאָס איז גוט. אַ סאַך אינגעלעך האָבן געקרײזלטע האָר. די נאָז באַ דעם אינגל איז אַ קורצע און אַ פאַריסענע. דאָס אַרט אים אױך ניט. ער, לאַבזיק, איז ניט קײן איבערקלײבער, װען עס קומט צו נעז. דער אינגל האָט געהאַט קלײנע אױערלעך. מאַכט אױך ניט אױס. אָבער װאָס עס האָט אים יאָ אױסגעמאַכט, איז װאָס דעם אינגעלס פּאָנעם איז געװען שװאַרץ. אַזאַ זאַך האָט ער נאָך קײנמאָל ניט געזען און ס'האָט אים שטאַרק פאַרדראָסן. פאַרװאָס האָט אים געדאַרפט אַזױ שטאַרק פאַרדריסן, װײסן מיר ניט. אָבער אַ הונט בלײבט אַ הונט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 21)

איצערט װעלן מיר זיך אַ ביסעלע באַקענען מיטן ייִנגל:

נױעך האָט געהײסן דער שװאַרצער אינגל און האָט אױך געװאױנט אַף דזשעקסאָן עװעניו, און געלערנט אין דערזעלביקער פּאָבליק סקול, װאו מוליק האָט געלערנט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 21)
און װאָס װעט לאַבזיק טאָן?

און לאַבזיק גאַנװעט זיך אַזױ שטילערהײט, טריט באַ טריט, און מיטאַמאָל - ציאַפּ. אַ כאַפּ געטאָן נױעכן באַם פֿוס. צעשרײט זיך נױעך פון װײטיק. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 22)

לאַבזיק האָט טאַקע געטאָן זײער אַ שלעכטע זאַך, און װאָס ער װעט באַקומען דערפֿאַר װעלן מיר שױן װיסן:

מוליק האָט געכאַפּט אַ שטעקן, ארױסגעשלעפּט לאַבזיקן און אים געגעבן צען שטעקנס. לאַבזיק האָט פאַרשטאַנען, אַז ס'קומט אים, האָט ער געמאַכט װידער אַ שװײג און זיך געלאָזט שלאָגן. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 22)

װען מוליק גיט לאַבזיקן מיטן שטעקן איז עס אַ שטראָף באַזירט אױף פּערזענלעכע  עמאָציעס. דערפֿאַר מוז לאַבזיקן אױך באַקומען אַ צװײטן, אידעאָלאָגישן פּסק פֿונעם קאָלעקטיװ. װי אַזױ דאָס טוט זיך װעלן מיר באַלד זעען:

- הײ, דו, לאַבזיק, װײסער שאָװיניסט פּאַסקודנער, איך װעל דיר שױן װײזן. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 22)

אָט פֿאַרשטײען מיר װאָס איז געשען; לאַבזיק האָט ניט נאָר געביסן סתּם אַ ייִנגל (װאָס דאָס איז שױן גענוג שלעכט). דערצו האָט ער זיך געפֿירט אױף אַ שאָװיניסטישן אופֿן. אָט הײבט זיך אָן דער דין־תּורה:

װערט טײקעף אָנגעפֿילט בערל דעם אַפּרײטערס הױז מיט לײבלען, װילין, אַרקען, דײװין, פּערל, מערל און נאָך און נאָך קינדער פון דזשעקסאָן עװעניו. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 23)
די קינדער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט כּדי פּסקענען לאַבזיקן דעמאָקראַטיש:

האָט הײמי דערצײלט פאַר די קינדער, װאָס עס איז געשען. זײַנען די קינדער געװען שטאַרק אױפגעקאָכט. האָט הײמי געפרעגט, װאָס דאַרף מען טאָן לאַבזיקן פאַר אַזאַ זאַך? האָט מען גערעדט און גערעדט און באַשלאָסן.... (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 23)

איצט װעלן מיר זעען װאָס פֿאַר אַ שטראָף מען האָט אָנגעמאָסטן:

די קינדער האָבן אָפּגעמאַכט, אַז אַ גאַנצע װאָך טאָר קײנער ניט אױסרעדן קײן װאָרט צו לאַבזיקן.  (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 23)

ס'איז אים געװען אַזױ שלעכט און ביטער, אַז ער האָט זיך אַזש געװאָלט װאַרפן אין טײך אַרײן. אָבער װי גרױס איז געװען זײן פרײד, װען די װאָך פון זײן שטראָף האָט זיך געענדיקט. אָבער מערער װעט ער שױן ניט בײסן קײן שװאַרצע אינגעלעך, װאָס טוען אים גאָרניט. (כאַװער־פּאַװער, 1935. ז. 23)
און אַזױ װײזן מיר װאָס װעט זײַן מיט יענעם, װאָס פֿאָלגט ניט די געזעצן בײַם קאָלעקטיװ. אפֿשר דאַרף איך צוגעבן אַז לאַבזיק און דאָס ייִנגעלע װערן גוטע פֿריינט שפּעטער.