ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 14




עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 9: לאַבזיקס אָרט אין דער ליטעראַרישער רײ


 דאָ װעל איך אַרײַנפֿירן בלױז צװײ פֿון כאַװער-פּאַװערס ביכער. מען װאָלט באַדאַרפֿן לײענען גאָר אַ סך מערער פֿון אים אָנצושרײַבן עפּעס סובסטאַנציעל, אָבער די צײַט װעט ניט קלעקן דערױף. ערשטנס װעל איך כאַראַקטעריזירן די ביכער און מאַכן אַ פֿאָרגלײַך אַזאַ צװישן זײ, דערבײַ געבנדיק אַכטונג אױפֿן אַרום. 

מיר הײבן אָן מיט כאַװער־פּאװערס מעשׂהלעך (כאַװער־פּאַװער, 1925). דאָס בוך איז פֿאַר קלענערע קינדער, די װאָס גײען נאָך אין קינדער־גאָרטן. דער שטײגער און די דערצײלערישע גריפֿן זײַנען אַנדערש װי אין לאַבזיק. די געשטאַלטן זײַנען מער אַנטראָפּאָמאָרפֿע, די חיות רעדן אײנער מיטן אַנדערן און אױך מיט די קינדער. אַפֿילו בײמער און שיפֿלעך קענען רעדן. די עלעמענטן האָבן אױך אַ באַװוּסטזײַן; אַזױ קריגט זיך די זון מיטן װינט. די דערװאַקסענע שפּילן געװײנטלעך ניט קײן װיכטיקע ראָלעס. די גלאַװנע ראָלעס האָבן די קינדער און  אַ סך פֿאַרשײדענע חיות. די ייִדישע טראַדיציע איז נאָענט. למשל האָבן מיר אַ ציגעלע װאָס באַקומט אַ שפּילעכל צוליב דעם װאָס עס האָט אױסגעלערנט די מודה אַני אױף אױסװײניק (כאַװער־פּאַװער, 1925. ז. 49) און אױף זײַטל 44 זעען מיר אַ בילד פֿון אַ האָן אָנגעטאָן אין אַרבע־כּנפֿות. אײראָפּע איז נאָך אַלץ נאָענט. די שטעטל־אימאַזשן זײַנען שטאַרקע, כאָטש דאָס הינטעלע מאָפּסיק זאָגט אַז ער װױנט אױף פּיטקין עװעניו װען ער װיל זיך פֿאַרשרײַבן בײ דער לערערין אין קלאַס. די אילוסטראַציעס מאַכן אױך אַן אײראָפּעיִשן אײַנדרוק. כאַװער-פּאַװער האָט דעמאָלט געװױנט אין אַמעריקע בלױז צװײ יאָר. דאָס בוך איז אין גאַנצן אַפּאָליטיש. דער מחבר האָט דעמאָלט געאַרבעט אין די שלום־עליכם־שולן, װעלכע פּאָמעראַנץ (אין ראַטן־פֿאַרבאַנד) האָט אָנגערופֿן קלײנבירגערלעכע (פּאָמעראנצ, 1935. ז. 209). פּראָלעטפּען האָט מען געגרינדעט שפּעטער, אין 1929. אָבער כאַװער-פּאַװער האָט געשריבן אין פֿרײַהײט (געגרינגעט 1922) שױן 1925. די מעשׂיות זײַנען ניט אָנגעשריבן בלױז כּדי די קינדער זאָלן הנאה האָבן פֿון אַ פֿײַנעם ביכל. עס האָט אַ מוסר־השׂכּל אױך. אין דעם אופֿן דערמאָנט דאָס בוך אין לאַבזיק, אָבער אין די מעשׂיות האָבן מיר אַ ניט-אידעאָלאָגישן מוסר־השׂכּל. דאָס דערצײלערישע קול איז פּונקט דאָס זעלבע װי אין לאַבזיק, 10 יאָר שפּעטער, אָבער טײל פֿון די מעשׂיות זײַנען זײער טרױעריק, אפֿשר אַפֿילו אַ ביסל צו טרױעריק פֿאַר קינדער.