ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 15



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


קאַטעגאָריע 9: לאַבזיקס אָרט אין דער ליטעראַרישער רײ (המשך)


אָט הײבן מיר אָן מיט װאָװיק (כאַװער־פּאַװער, 1947). דאָס בוך איז ענלעך צו לאַבזיק און עס האַנדלט װעגן לאַבזיקס זון - װאָװיק. ער איז אַנדערש פֿון לאַבזיקן און האָט אַ טעמפּעראַמענט װאָס דערמאָנט מער אין אַ קינד. ער האָט אָפֿט רחמנות אױף זיך אַלײן, און אײן מאָל סימולירט ער אַפֿילו אַ קרענק כּדי מען זאָל אים גלעטן (כאַװער־פּאַװער, 1947. ז. 59). ער איז אַ נערװעזער און ער האָט ניט זעלטן אַ בױך-װײטיק. אינעם טעקסט געפֿינען זיך ניט קײן סך סימנים פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. מיר דאַכט זיך אַז מיר געפֿינען גיכער סימנים פֿון אַמעריקאַניזאַציע, אָבער גלײַך אױפֿן ערשטן זײַטל האָבן מיר אַ װאָרט פֿונעם טראַדיציאָנעלן װאָקאַבולאַר: פּסח (כאַװער־פּאַװער, 1947. ז. 11)! די סצענע איז ניו-יאָרק, און װאָװיק פֿאָרט ניט װײַטער פֿון פֿלעטבוש (כאַװער־פּאַװער, 1947. ז. 83) און קוני אײלאַנד (כאַװער־פּאַװער, 1947. ז. 111). דער גרױסער חלוק צװישן לאַבזיק און װאָװיק ליגט אין דעם װאָס װאָװיק איז אין גאַנצן אַפּאָליטיש. מען פֿרעגט זיך; װאָסערע זײַנען די סיבות צום אַפּאָליטיזירונגס-פּראָצעס? מיר דאַרפֿן אָנעמען אַז כאַװער-פּאַװער איז אַװעק פֿון פּראָלעטפּען, פּונקט אַזױ װי אַ סך אַנדערע שרײַבער בײַם סוף פֿערציקער יאָרן. כאַװער-פּאַװער האָט געהערט צו דער כװאַליע אימיגראַנטן װעלכע זײַנען אָנגעקומען קײן אַמעריקע נאָך דער ערשטער װעלט-מלחמה. צװישן זײ זײַנען געװען אַ סך שרײַבער װאָס זײַנען שפּעטער געװאָרן פּראָלעטפּעניסטן. די דאָזיקע סבֿיבֿה איז געװען אַקטיװ אין ניו-יאָרק. כּמעט אַלע זײַנען שפּעטער אַװעק פֿון פּראָלעטפּען צוליב דער גרױסער אַנטױשונג אין פֿאַרבינדונג מיט די שױדערלעכע פּאַסירונגען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. װען מען האָט אַרױסגעגעבן װאָװיק 1947 האָט כאַװער-פּאַװער שױן געװױנט אין לאָס-אַנדזשעלעס. װאָװיק איז, פֿאַרשטײט זיך, ניט אָנגעשריבן לױט די סאָציאַלרעאַליסטישע געזעצן, אָבער עס איז פֿאָרט רעאַליסטיש. דער אײנצײקער אָרט װוּ די פֿאַנטאַזמען דערגרײכן דער זעלביקער מדרגה װי אין מעשׂהלעך איז אין דער לעצער דערצײלונג װוּ לאַבזיק פֿירט אַ שמועס מיט דער לבֿנה (כאַװער־פּאַװער, 1947. ז. 120). דער דידאַקטישער עלעמענט בלײַבט װיכטיק. למשל איז לאַבזיק מקנה געװען אױף אַ נאָר װאָס געבױרענעם קינד. דאָס איז אַ  מין מעשׂה װאָס איז באַקאַנט אין אַלע משפּחות (כאַװער־פּאַװער. ז. 21).

אײן זאַך װאָס גײט אַדורך אַלע די דרײַ ביכער איז די ראָלעס פֿון די חיות, כאָטש אין די שפּעטערע ביכער באַגעגנען מיר בלױז הינט און קעץ. אַנדער חיות האָט דער רעאַליזם ניט דערלױבט אַרומצוגײן אױף די ניו-יאָרקער גאַסן. אָבער אַלע הינט װילן האָבן אױפֿמערקזאַמקײט און אַלע קעץ זײַנען קלוגע נאַשערס.

עס איז טאַקע אינטערעסאַנט אַז דער דידאַקטישער עלעמענט איז פֿאַראַן אומעטום, כאָטש דער מחבר האָט געביטן אידעאָלאָגיעס. אפֿשר האָבן מיר צו טאָן מיט אַ רײ נײַע טראַדיציעס?
לאָמיר איצערט אַ קוק טאָן אױף די אױסלײגן אין אונדזערע ביכער. דער אױסלײג אין כאַװער-פּאַװערס מעשׂהלעך איז ענלעך צום אױסלײג אין לאַבזיק, אָבער מיטן װאַזשנעם אונטערשײד װאָס די לשון-קודשדיקע װערטער זײַנען אָנגעשריבן לױטן טראַדיציאָנעלן אופֿן. װאָװיק איז ביז גאָר אַ באַזונדערע זאַך. מיר באַקומען די בײדע אַלטערנאַטיװן. ערשטנס לײענט מען דאָס לשון-קודשדיקע װאָרט אױפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן, און דערנאָך פֿאָלגט עס נאָך אַ מאָל פֿאָנעטיש אָנגעשריבן אין קלאַמערן.