ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 16

   


עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל

אױספֿיר

רעסולטאַט

דאָ װעל איך צונױפֿשטעלן די רעסולטאַטן פֿונעם אַנאַליז. דער סדר װעט זײַן דער זעלבער װי אינעם אַנאַליז. דער ציל איז צו קאָמפּרימירן די רעסולטאַטן כּדי מען זאָל לײַכטער קענען איבערקוקן די פֿאַקטן.


קאַט. 1

דער קאָלעקטיװ העלפֿט דעם אינדיװיד. לאַבזיק איז אַ דידאַקטישער אינסטרומענט. דער טעקסט דערצײלט װעגן לאַבזיקס אַנטװיקלונג. לאַבזיק האָט די פֿונקציע פֿון אַ נאָרמאַל קינד, װאָס טוט אַ מאָל אַ ניט דערלױבטע זאַך. ער איז דער אידענטיפֿיקאַטאָר.



קאַט. 2

די קינדער זײַנען אידעאַלע. לאַבזיק דערמאָנט אין אַ קלענער ברודערל. די קינדער גײען אין צװײ שולן; פּאָבליק סקול און אין אַ אַרבעטער-שול פֿאַר ייִדישע קינדער. די קינדער שפּילן ניט קײן ראָלעס פֿון קלײנע דערװאַקסענע, אָבער זײ שפּלן זיך מיט די אַטריבוטן פֿון דערװאַקסענע, אָפֿט צוליב דער דידאַקטישער פֿונקציע. די אידעאָלאָגיע בײַ די דערװאַקסענע שפּיגלט זיך אָפּ בײַ די קינדער. די קינדער זײַנען אױך מיטבױער פֿון דער סאָציאַליסטישער צוקונפֿט.