ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 18



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


רעסולטאַט (המשך) 


קאַט. 6

סימנים פֿון דער ייִדישער טראַדיציע זײַנען ניטאָ אינעם טעקסט. טראַדיציאָנעלע און אידעאָלאָגישע דערציונג זײַנען די זעלבע זאַך (האָט די זעלבע פֿונקציע). די נײַע טראַדיציע איז אידעאָלאָגיע.


קאַט. 7

דער נאַראַטײװער שטײגער איז שטאַרק אַנטװיקלט. מען הערט דעם דערצײלערש קול. עס זײַנען ניטאָ קײן גרענעצן צװישן דעם דערצײלער און דעם לײענער. דאָס בוך איז צוגעפּאַסט אי פֿאַר קלײנע אי פֿאַר עלטערע קינדער. מיר געפֿינען שפּורן פֿונעם טראַדיציאָנעלן סקאַז. דאָס בוך האָט אַ סאָציאַלן פּאַטאָס און איז אָנגעשריבן לױט די סאָציאַלרעאַליסטישע געזעצן.


קאַט. 8

אַמעריקאַניזמען האָבן פֿאַרשײדענע פֿונקציעס. מען באַרירט דעם ענין פֿון צװײשפּראַקיקײט. מיר געפֿינען װינציק רוסיזמען. דער אױסלײג איז אַ ספּעציעלער. פּראָלעטפּען האָט געהאַט אַן אײגענעם אױסלײג.


קאַט. 9

כאַװער-פּאַװער האָט געביטן אידעאָלאָגיע, אָבער דער דידאַקטיק בלײַבט אַ װיכטיקער טײל פֿון זײַן שאַפֿן. זײַן דערצײלעריש קול איז דאָס זעלבע פֿון 1925 ביז 1947. די ראָלעס פֿון די חיות האָבן זיך אױך ניט געביטן.