ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק טײל 19



עמאָציאָנעלע און ראַציאָנעלע אידעאָלאָגיע?
אַן אַנאַליז פֿון כאַװער־פּאַװערס לאַבזיק
פֿון זשאַן העסל


דיסקוסיע

דער געניטער לײענער דערמאָנט זיך אפֿשר אין די פֿראַגעס פֿון דער אינטראָדוקציע. מײַן ציל איז געװען צו קענען ענטפֿערן אױף די דאָזיקע פֿראַגעס נאָכן אַנאַליז. איצט האָב איך דורכגעפֿירט דעם אַנאַליז און מען דאַרף זיך נעמען צו די פֿראַגעס. 

1. לאַבזיק לערנט זיך װי אַזױ מען פֿירט זיך אידעאָלאָגיש. אַנדערע "גוטע" אַקציעס טוט ער צוליב עמאָציעס. "שלעכטע" אַקציעס אױך. װאָסערע גריפֿן ניצט מען כּדי אױסצולערנען די קינדער צו אַגירן אידעאָלאָגיש?

לאַבזיק איז דער אידענטיפֿיקאַטאָר, דאָס הײסט, דעם געשטאַלט מיט װעלכן די לײענערס װעלן זיך אידענטיפֿיצירן. דורך דעם װאָס דער אידענטיפֿיקאַטאָר פֿאַלט אַרײַן אין פֿאַרשײדנאַרטיקע באַקאַמטע אָדער ניט באַקאַנטע סיטואַציעס װערן זײַנע אַקציעס פּאָסיטיװע אָדער נעגאַטיװע בײַשפּילן פֿאַרן לײענער. די דידאַקטישע פֿונקציע דערפֿון איז זײער אַ שטאַרקע, צוליב דעם װאָס דער לײענער פֿאָלגט דעם אידענטיפֿיקאַטאָר װען ער װערט באַלױנט אָדער באַשטראָפֿן.

אױב דאָס בוך זאָל דערגרײכן די דידאַקטישע צילן, דאַרפֿן אַלע געשטאַלטן, אַחוץ דער אידענטיפֿיקאַטאָר זײַן פֿאַרפֿיקסירטע, כּדי דער לײענער זאָל װיסן װער עס איז אַ גוטער און װער עס איז אַ שלעכטער.

די פּאָסיטװע געשטאַלטן שפּילן ראָלעס פֿון לערערס, װעלכע דערקלערן פֿאַרשײדענע זאַכן - דירעקט פֿאַר לאַבזיקן און אינדירעקט פֿאַרן לײענער. דער נאַראַטיװער שטײגער דערלױבט אױך דעם דערצײלערישן קול צו האָבן אַזאַ אַ פֿונקציע.  

2. װאָסערע װערטן גיט מען עמאָציאָנעלע און אױסגעלערנטע אַקציעס אינעם אידעאָלאָגישן אַפּאַראַט?

מיר באַגעגנט ניט קײן קלאָרע דיקאָטאָמיע צװישן געפֿיל און אױסלערנונג. אפֿשר איז דאָס אַ ביסל מאָדנע... די אידעאָלאָגיע איז אַ ראַציאָנעלע? נו, די אַקציעס װאָס האָבן פּאָסיטיװע נאָכװירקונגען װערן באַלױנט, און עס מאַכט ניט אױס צי די אַקציע איז געגרינדעט אױף אױסלערנונג אָדער געפֿילן. װירקונג איז װיכטיקער פֿון גרונט. די אַקציעס װעלכע האָבן נעגאַטיװע נאָכװירקונגען און װאָס װערן באַשטראָפֿן קענען ניט זײַן אױסגעלערנטע, צוליב דעם גאַנץ פּשטון פֿאַקט װאָס די מענטשן אַרום לאַבזיקן זײַנען אידעאַלע און קענען ניט קײן שלעכטס טאָן.

3. האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ דידאַקטישן בוך? צי האָט כאַװער-פּאַװער געשריבן פֿאַר קינדער בלױז כּדי זײ צו געבן אַן אידעאָלאָגישע דערציונג?

דער ענטפֿער דערױף דאַרף זײַן נײן, ניט בלױז דאָס. מיר װײזן דאָך אַז ער האָט געשריבן אײדער ער איז געװאָרן אַ פּראָלעטפּעניסט, און אױך שפּעטער װען ער איז געװאָרן אױס פּראָלעטפּעניסט. ער האָט געװאָלט שאַפֿן פֿאַר קינדער, און ער איז טאַקע געװען אַ טאַלאַנטירטן מחבר. אַ סימן האָט איר; כאַװער-פּאַװערס פּאָפּולערקײט צװישן די ייִדישע קינדער. דער דידאַקטישער עלעמענט איז װיכטיק, אָבער די עסטעטישע װערטן זײַנען נאָך העכערע. כאַװער-פּאַװער איז געװען אַ קינסטלער װאָס האָט שטענדיק געשאַפֿן - אָן אָדער מיט אידעאָלאָגיע. װען פּאָמעראַנץ האָט אים באַלײדיקט פֿאַר מאָלן צוליב מאָלן (פּאָמעראַנץ, 1935. ז. 210) איז ער אפֿשר געװען גערעכט. לאַבזיק איז ניט קײן קאָמוניסטיש בוך אָנגעשריבן בלױז כּדי צו געבן די קינדער אַן אידעאָלאָגישע דערציונג. דאָס איז אַ קינסטלעריש װערק װאָס שפּיגלט אָפּ דעם קינסטלער. כאַװער-פּאַװער רעדט צו די קינדער אױף אַ לשון װאָס זײ פֿאַרשטײען און האָבן ליב. דאָס איז ניט דאָס לשון װאָס בײַם אַגיטאַטאָר. 

די דרײַ ביכער װאָס איך האָב אױסגעקליבן זײַנען אָנגעשריבן פֿאַר דרײַ דורות ייִדישע קינדער אין אַמעריקע, און זײ שפּיגלן אױך אָפּ די אינעװײניקע רײַזע בײַם עמיגראַנט.

ביבליאָגראַפֿיע

כּהן, בערל. לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס. רעיה אילמאַן-כּהן, 1986. ניו־יאָרק.
האַרקאַװי, אלכסנדר. יידיש־ענגלישער װערטערבּוּך. היבּרו פּאבּלישינג קאמפּאני, 1898. ניו־יאָרק.
װײַנרײַך, אוריאל. מאָדערן ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגליש װערטערבוך. שאָקען, 1977. ניו־יאָרק.
כאַװער־פּאַװער. װאָװיק. כאַװער־פּאַװער בוך קאָמיטעט, 1947. לאָס אַנדזשעלעס.
כאַװער־פּאַװער. כאַװער־פּאַװערס מעשׂהלעך. מתּנות, 1925. ניו־יאָרק. 
כאַװער־פּאַװער. לאַבזיק. אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטער אָרדן, 1935. ניו־יאָרק.
ניבאָרסקי, יצחק. װערטערבוך פֿון לשון־קודש-שטאַמיקע װערטער אין ייִדיש. מעדעם־ביבליאָטעק, 1999. פּאַריז.
פּאָמעראנצ, אלעקסאנדער. פּראָלעטפּענ. פארלאג פון דער אלוקראיִנישער װיסנשאפטלעכער אקאדעמיע, 1935. קיעװ.
ראָנטש, יצחק אלחנן. אמעריקע אין דער יידישער ליטעראטור. י. א. ראָנטש בוך־קאָמיטעט, ניו־יאָרק. 1945.
רײזען, זלמן. לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און פֿילאָלאָגיע. ב. קלעצקין, 1928. װילנע.
Шкловский, Виктор Борисович. Искусство как прием. В сборнике Поэтика, Петроград. 1919.
Эйхенбаум, Борис Михайлович. Как сделана «Шинель» Гоголя. В сборнике Поэтика, Петроград. 1919.
Glaser, Amelia and Weintraub, David. Proletpen. The University of Wisconsin Press, 2005.Wisconsin.