ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אײראָװיזיע 2016



דער יערלעכער פֿאַרמעסט אײראָװיזיע האָט זיך נעכטן אָנגעהויבן. הײַיאָר איז דער פֿאַרמעסט אַדורך אין שטאָקהאָלם, שוועדן. מחמת דעם אַז שװעדן האָט דעם פֿאֵרמעסט געװוּנען אין 2015 מיטן ליד „העראָס. 42 לענדער באַטײליקן זיך אין דער  אײראָװיזיע 2016 אָבער נאָר 26 פֿון זײ װעלן אויפֿטרעטן אינעם פֿינאַל דעם 14טן מײַ.

פּעטראַ מעדע מיטן פֿריערדיקן געװינער מאָנס זעלמערלאָװ זײַנען די גאַסטגעבערס פֿון דער הײַיאָריקער אײראָװיזיע. נעכטן האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט די 18 ערשטע לידער פֿון די לענדער װעלכע האָבן זיך פֿאַרמאָסן אינעם ערשטן האַלב-פֿינאַל. 10 לידער זײַנען קװאַליפֿיצירט געװאָרן צום פֿינאַל דעם 14טן מײַ. אײן פֿון זײ איז געװען דאָס רוסישע ליד  You are the only one מיטן זינגער סערגײ לאַזאַרעװ. אַ סך עקספּערטן מײנען אַז אָט דאָס ליד װעט געװינען דעם גאַנצן ספּעקטאַקל. אַרמעניע, אויך אַ פֿאַװאָריט לויט די אײראָװיזיע-עקספּערטן, איז אויך קװאַליפֿיצירט געװאָרן אינעם האַלב-פֿינאַל. נאָך דעם אַז די אַרמענישע זינגערין איװעטאַ מוקוכיִאַן האָט געזונגען דאָס ליד LoveWave איז אָבער אַ מיגלעך פֿאַרברעך געשען װען מוקוכיִאַן האָט אַרויסגעהאָנגען אַ נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַכישע פֿאָן אין דעם גרין-רום. מע טאָר, פֿאַרשטײט זיך, ניט װײַזן פּאָליטישע סימבאָלן אין אײראָװיזיע.  

איװעטאַ מוקוכיִאַן מיט דער קאָנטראָװערסיאַלער פֿאָן
די אַנדערע לענדער װעלכע האָבן זיך אויך קװאַליפֿיצירט צום פֿינאַל זײַנען געװען אַזערבײַדזשאַן, נידערלאַנדן, אונגערן, קראָאַטיע, עסטרײַך, טשעכײַ, קיפּראָס און מאַלטאַ. דאָס נידערלענדישע ליד Slow down מיט דזשוײ באָב האָט מיר אַלײן געפֿעלט. אַ הײמיש קאָנטרי/ראָק-ליד מיט אַ קלאַסישן געפֿיל װאָס פּראָטעסטירט קעגן דעם סטרעס פֿאַראַן אין באָבס הײמשטאָט אַמסטערדאַם.
דער שװעדישער פּאָליטיקאַנט און ראָמישער אַקטיװיסט סאָראַיאַ פּאָסט האָט מבֿינות געזאָגט אויף די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון אײראָװיזיע 2016 װײַל מע האָט אַרויסגעטריבן אָרעמע ראָמישע בעטלערס פֿונעם אײראָװיזיע-שטח. פּאָסט האָט למשל געזאָגט אַז אַזאַ האַנדלונג פּאַסט זיך טאַקע ניט צו צום קלינגװאָרט פֿונעם פֿאַרמעסט – קומט צונויף.
מאָרגן װעלן נאָך 18 לידער קאָנקורירן אין דעם צװײטן האַלב-פֿינאַל. דאַן װעט דער ישֹראלי הובֿי סטאַר אויפֿטרעטן מיט זײַן ליד Made of Stars

הובֿי סטאַר