ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

ישׂראל אַװאַנסירט אין אײראָװיזיע



דער ישֹראלדיקער זינגער הובֿי סטאַר האָט נעכטן אַװאַנסירט פֿונעם האַלב-פֿינאַל אין אײראָװיזיע 2016. דערמיט, װעט ער אויפֿטרעטן אינעם פֿינאַל דעם 14טן מײַ. 
הובֿי סטאַר האָט זיכער און שײן געזונגען זײַן פּרעכטיקע באַלאַדע Made of starsאון איז קװאָליפֿיצירט געװאָרן צום פֿינאַל אין דער הײַיאָריקער אײראָװיזיע.  אינעם פֿינאַל װעט ער קאָנקורירן קעגן דעם שװעדישן זינגער פֿראַנס און 24 אַנדערע אַרטיסטן.
די אָ לענדער זײַנען אויך קװאַליפֿיצירט געװאָרן אינעם נעכטיקן האַלב-פֿינאַל: לאַטװיע, דזשאָרדזשיע, בולגאַריע, אויסטראַליע, אוקראַיִנע, סערביע, פּוילן, ליטע און בעלגיע.