ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אײראָ 2016 - דער אַנטיקלימאַקס אין פֿראַנקרײַך


קריסטיִאַנאָ ראָנאַלדאָ האָט לסוף די טראָפֿעע אויפֿגעהויבן נאָך דעם אַז פּאָרטוגאַל האָט פֿראַנקרײַך באַזיגט אינעם פֿינאַל פֿון אײראָ 2016. אַ מין אַנטיקלימאַקס, װײַל פּאָרטוגאַל איז טאַקע ניט געװען דער בעסטער מאַנשאַפֿט פֿונעם טורניר.

דער גרויסער פֿוסבאָל-ספּעקטאַקל אײראָ 2016 האָט זיך נאָר װאָס פֿאַרענדיקט. אַ סך עקספּערטן האָבן פֿאַרן טורניר געהאַלטן אַז ער װאָלט אַ גרויסע שֹימחה געװאָרן, פֿול מיט פֿאַנטאַסטישע פֿוסבאָל-מאַטשן. װײַל אַ סך גוטע פֿוסבאָל-שפּילערס, למשל ראָנאַלדאָ, האַזאַר, דע ברוינע, רוני, איבראַהימאָװיטש, מאָראַטאַ אא"װ, האָבן זיך טאַקע באַטײליקט אינעם טורניר. אָבער, װען מען דערמאָנט זיך אין אײראָ 2016 טראַכט מען ניט װעגן קײן פֿאַנטאַסטישן פֿוסבאָל אָבער װעגן אַ סך זיך-קריגנדיקע כוליגאַנעס אין די פֿראַנצײזישע גאַסן און אַ סך נודנע מאַטשן.

די פּערזענלעכע פֿאַװאָריטן, ענגלאַנד, בעלגיע און אַװדאי שװעדן האָבן צום באַדויערן אַלע שלעכט געשפּילט. שװעדן האָט אַפֿילו קײן אײנציק מאַטש ניט געװוּנען. דערפֿאַר, האָט די שװעדישע אַװאַנטורע אין אײראָ 2016 זיך גיך פֿאַרענדיקט. דערצו, האָט דער קאַפּיטאַן זלאַטאַן איבראַהימאָװיטש בעת דעם טורניר דערצײלט אַז ער װעט ניט װײַטער שפּלילן מיטן שװעדישן מאַנשאַפֿט. אַ גרויסער שאָד! דאָס הײסט אַ גאָר שװאַכער שװעדישן מאַנשאַפֿט אין דער צוקונפֿט.

אײאָ 2016 איז אָבער ניט געװען אָן פֿרײלעכע רגעס. מיר װעלן למשל תּמיד געדענקען דעם מאַטש צװישן אײַזלאַנד און ענגלאַנד אַז דאָס קלײנע אינדזל האָט חידושדיק געװוּנען.

די פֿיר בעסטע מאַנשאַפֿטן אינעם טורניר זײַנען געװען איטאַליע, דײַטשלאַנד, שפּאַניע און פֿראַנקרײַך. זײ האָבן אָבער געמוזט שפילן אײנער קעגן דעם אַנדערן פֿאַר דעם פֿינאַל. דער "אמתדיקער" פֿינאַל איז אַזוי געװען צװישן פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד אינעם סעמיפֿינאַל. נאָך דעם אַז פֿראַנקרײַך האָט געװוּנען קעגן דײַטשלאַנד אינעם דאָזיקן מאַטש האָבן ס'רובֿ מענטשן געמײנט אַז זײ װעלן גרינג אויסקאָנקורירן פּאָרטוגאַל אינעם פֿינאַל. פּאָרטוגאַל האָט, פֿאַרשטײט זיך, ניט געשפּילט אַזוי גוט אינעם טורניר. אָבער פּאָרטוגאַל האָט כאָטש דעם באַזיגט פֿראַנקרײַך נאָך אַ שפּעטן טויער פֿון עדערן. דער קאַפּיטאַן קריסטיִאַנאָ ראָנאַלדאָ האָט געװײנט פֿון פֿרײד אַז ער האָט די טראָפֿעע אויפֿגעהויבן און דערקלערט אַז ער האָט געװאַרט אויף אָט דער רגע זינט אײראָ 2004. דאַן איז פּאָרטוגאַל געװען דער פֿאַװאָריט, אָבער גריכלאַנד האָט זײ באַזיגט אינעם פֿינאַל.