ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/24/07


 הויפּט-נײַעס פֿון דער װאָך אין דער קולטור-װעלט.

  • לערי אַברהמסאָן, אַ פּראָפֿעסאָר בײַם שנקר קאָלעדזש אין ישֹראל האָט מאָנטיק רעסיגנירט צוליב דעם װאָס די אָנפֿירערין פֿון דעם דאָזיקן קאָלעדזש, יולי תמירן, האָט אים דערצײלט צו באַזײַטיקן אַ געמעל פֿון אַן אויסשטעלונג. די אויסשטעלונג איז אַראַנזשירט געװאָרן פֿון אַברהמסאָן אַלײן און האָט געװיזן קונסט פֿון  זײַנע סטודענטן. דאָס מאָלערײַ װאָס האָט תמירן דערכּעסן האָט געשילדערט אַ נאַקעטע פֿרוי װאָס איז .שטאַרק געגליכנט צו דעם ישֹראלדיקן מיניסטער איילת שקד 

  • 25.000 מענטשן האָבן זיך באַטײליקט אין דעם 15 יערלעכן פּרײַד-פּאַראַד אין ירושלים. בעת דעם פּאַראַד האָט מען געלײגט בלומען בײַם אָרט װוּ שיראַ באַנקי איז דערהרגעט געװאָרן דאָס לעצטע יאָר. פֿאַר אַ יאָרן איז באַנקי דערשטאָכן געװאָרן צום טויט באַטײליקן זיך אינעם פּאַראַד. אין משך פֿונעם פּאַראַד זײַנען 30 מענטשן אַרעסטירט געװאָרן װען זײ האָבן געפּרוּװט שטערן די געשעעניש. צװײ פֿון זײ האָבן מעסערס געטראָגן.

  • הפּועל באַר שבֿע האָט אַװאַנסירט צו דער דריטער קװַליפֿיקאַציע-רונדע פֿון אועפֿאַ טשעמפּיאָנס ליג. באַר שבֿע האָט געװוּנען איבערן מאָלדאַװישן מאַנשאַפֿט שעריף 3-2 אין דער צװײטער רונדע. דער ישֹראלדיקער מאַנשאַפֿט װעט שפּילן קעגן גריכישן אָלימפּיאַקאָס דעם 27טן יולי.

  • סטאַרז האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעם טרײלער צו דער טעלעװיזיע-סעריע "אַמעריקאַן גאָדס". די סעריע איז באַזירט אויפֿן בוך מיטן זעלבן נאָמען געשריבן פֿון ניל גײַמאַן.